כ7פן
.. יי
7
כוידעשזשורנאל
ליטעראריש-קינסטלער'ישעף
= יט (ויימלאד
ארן װערגעליס. פון נײַעם קוואל (לידער) . . . 3 נאטאן זאבארע. אינמיטן העלן באטאָג (ראָמאן. סאָף) 7 אלעקסאנדער בעלאָוסאָװ. נײַע לידער . . . 40 דינע קאלינאָװסקאיא. אלטע לײַט ראָי סאָף).
צײכענונגען פון ג. קאלינאָװוסקי . . - , פּיניע פּלאָטקין. דאָס געהעריקע װאָרט' (לידער) ;00 הערשל פּאַליאנקער. א געשיכטע מיט א דאטשע
און אנד. דערציילונגען . . . . שט. = בוזי מילער. בײמער ציִען זיך ארוף ' (ליד) . 2 4 מענטשן -- זײער צײַט און זײער גױרל. מאקס פּאַי -
ליאנאָװסקי ניט װײַט פון קאָטלובאן . . . . 102 פּאָרטרעטן פון הײַנטצײַטיקע יידישע שױשפּילער. כאים
ב יי ד ע ר. אויג אף אויג מיטן צושױער . . 11 זיכרױנעס. כאיִם לויצקער. דער מענטש אינעם
דיכטער * * * * * * * * * * * * * * * * * 118
פּובליציסטיק
לעאָנעל דאדיאני ללינקע" ציעניסטן -- װער זײַנען זײי! -- די דרײַ אָװעס פונעם ציִעניסטישן סאָציא- ליזם. -- דער האסטיקער גאנג פונעם , סאָציאל-ציעניזם" טי יי יט "א י.י אי 6 ירש .6 126 אויסלענדישע זשורנאליסטן צוגאסט אין ביראָבידזשאן עטל קלינגער ויײַסראָעל). די ייִדישע אװטאָנאָמע געגנט עקזיסטירט און אנטװיקלט זיך . . . . . . 132
ליטערארישער טאָגבוך. אוראן גוראלניק. פארברי" דערטקײַט פון פעלקער -- פארבּרידערטקײַט פון ליטע- ראטורן * * * * * .* * * * * * * ' .* * * * 138
ליטעראטור-קריטיק. ביבל;אָגראפיע. פראגן פון קונסט
ארן ראסקין כ.נ. ביאליק אין די יאָרן פון דער ער" שטער רוסלענדישער רעװאָליוציעת . . . . . . . 142 פאָלעמיק. אנאטאָלי גלאד ילין איבער דעם װאָרט װעל איך זיך מיט טרערן באװאשן; לעו לעװיף ?...דאָס, װאָס איר רופט דוניע, דארף זײַן א מאנצבל" 151 אונדזערע מיטיילונגע. ייִסראָעל קאָװעלמאן הע- בראיסטיק אין די רוסישע אל שא און וויסני
שאפטלעכע אינסטיטוציעס . . 158 בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטומען. ק' גֹ גט וו א נ - א וי בא די קאָמוניסטן פון ייַסראָעל . . . . . 103
אונדזער רעפליק. מיקויעך איינעם אן ,ענטפער" אף א רעפּליק פון ,סאָװעטיש היימלאנד" +. . . . . . . 166 צום 775טן געבורטסטאָג פון ה. אדאם . . . . . . . 167 זי אליין זאָגן עסיי . . +יי + = יט בער האלפּערן א לעבן אין (טעאטער + אט . 169 עס װערט פאָרגעזעצט דער שמועס, װאָס ,סאָװעטיש הייח" לאנד" האָט אָנגעהױבן אָ לעס לופּיִי. צו כאוע וא" טערס זיכרוינעס , שטייט אן אָבעליסק אין שענדע-
ראָווקע" * * * * * * * 10 בריוו פון ייִדישע שרײַבער. עזראָ פינינבערגס בריוו . + 4102 פארשיידנס . . * .* * * . * . * * * * * 180 נאָטיצן אפן קאלענדאר, ,א 183 כראָניט. + *+ ' .+ . 5 1, 7, 7, 5, 7, 19 דאָס איז' טשיקאווע. װו. איװ אנ אָ וו א. די שײַן פאךר"
טרײַבט דעם כוישעךף . . . ר ש בא" : פון אונדזער פאָטאָארכיו. װייניקבאוווסטע פאָטאָגרא-
פיעס פון ארן קושניראָװ. + . . 187
לאָמיר זינגען נײַע לידער. קום ארײַן אין מײַן וועלט. ווערטער פוּן ארן ווערגעליס, טיק פון סערגיי טשע- באַטאריאָ . . . 188
עליע פאלקאַװיטש.. שמועסן' וועגן ייַדישער שפּראך 10
הױיפּט-רעדאקטאָר א. ווערגעליס.
רעדקאָלעגיע:
כ. ביידער, א. גאָנטאר,
ש. גאָרדאָן, ט. גען,
י. טשיטשעלניצקי (שטעלפארטרעטער פון הױפּטירעדאקטאָר), נאָטע לוריע, מ. לעוו, ב. מילער, כ. מעלאמוד,
ה. פּאָליאנקער, ס. פרטי, פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר י. שוסטער
ארן װערגעליס
פון (;ײַעם קוואל
אייגנארטיקײַט קיין אָרט איך זוך ניט װוּ ס'איז בעסער, מײַן קרוין איז דאָרט, װוּ ס'איז געדיכטער, איך פלאנץ ניט אײַן זיך מיט געוואלד. װוּ פונעם שאָטן איז אזש קאלט. איך בין אזוי וי די בערעזע, איך בין אזוי װוי יענע פּיכטע, װאָס שטייט אין א סאָסנאָוון וואלד. װאָס שטייט מיט ראבינעס אין וואלד. דער פויגל קוקט אף מיר געלאסן, און וויסן מעג עס יעדער, יעדער: ס'איז איין-און-איינציק מײַן געשטאלט. ארום מײַן הארץ דאָס אייגנס שאלט איך בין אזוי װוי יענער יאסען, און שטעלט אײַך פאָר -- איך בין א צעדער, װאָס שטייט אין א בערעזע-וואלד. כאָטש שטיין איך שטיי אין יאָדלע-וואלד.
דאָס געזאנג וועגן רוסישן פּייזאזש
400 200600610 6 0416, 126 6440 146 1:3246016-
8סטזסוך
באם הימל -- ריין דאָס לײַב. בלויז װױּניט-יװוּ עס ליגן אַנגעהויפט די דעמפּנדיקע װאָלקנס, װאָס זעען אויס וי אָנגעקװאָלענע מיט פײַכטקײַט שמאטעס
אף ערשטגעוואשענער פּאָדלאָגעי
דערװײַל האָט נאָך די באלעבאָסטע -- די נאטור --
קוים פארפּאָראָשעט די הויכשפּיציקע די גרינע יעלן ׂ
און אויסגעשאָבן בא דער װאָלגע די געדיכטע, אָפּגעקילטע כוואליעס.
צעמישט מיט ערד, דאָס גרײַפּלישנײעלע מאכט קלעפּיק די פּאָדעשװע פון מײַן שוך,
אונטער דעם שניי-רויכל דער טראָט טאפּט אָן די שוין צעפּריִעטע, איבערגעצײַטיקטע, פארגלאָזטע גראָזן,
װאָס גיבן וועגן זיך צו וויסן מיט א כרוסט, פּונקט װי געשניטן װאָלט מען רויע קרויט.-- דאָס פּרוּווט זיך װידער שטעלן אף די פיס דער צוגעטשמעליעטער, געזונטער אָסיען,
נאָר, צוגעשאָטן שוין מיט שניי און מיט א בײַװלדיק-געשפּינטן פרעסטעלע פארצויגן,
ער גיט זיך אונטער...
מײַן פוס און איך אינגאנצן בלײַבן צװישן הארבסט און ווינטער --
אליין פון זיי א סימען. ס'וועט אדורכגיין נאָך א ביסל צײַט,
און פּונקט אזוי כ'וועל אף די קנאָכיקע, צעווייקטע שנייען, ענדע קרירע,
זיך צודעקן מיט קווייטלדיקע וועסנע-וואסערלעך אוז װידער זײַן צווישן די צײַטן פונעם יאָר -- אליין פון ווינטער און פון פרילינג א טיף-טיפער סימען.
דערנאָך, ווען אָנשװימען דער זומער וועט,
איך װעל מעװווּלװל אויך ניט ווערן פון זײַן הױכקײַט.
כ'וועל אופגיין, וי פון דעק עס בולבעט זיך ארוף א בּלעזל,
וי אף א נוס עס ליכטיקט זיך דער אָפּשײַן פון זײַן אינעװײיניקײַט,
ס'וועט מיך ניט כידעשן, װאָס גראָזן זײַנען אָנגעשטאָפּט מיט אלדאָס גוטס,
באשפּריצט מיט גאָלדן-טױ און אָנגעשװאָלן.
ווען אומבאמערקט דער זומער וועט זיך נאָכאמאָל ארײַנגיסן אין הארבסט,
איך װעל זיך כאפּן: ס'איז באם הימל ריין דאָס לײַב. בלויז װוּיניטיװוּ עס ליגן אָנגעהויפט
די דעמפּנדיקע װאָלקנס. גאָט, מײַן גאָט, שוין װוידער אָסיען..
צי ניט אליין דער אָסיען האָט אין זיך א שפּרײט געטאָן דעם שניי
און אופגעשלאָגן בא דער װאָלגע די געדיכטע, וי פּיציא, פארקילטע כוואליעס?
און -- מיטאמאַל! עס טוט א טרייסל מיט איר קלייד די רוסישע מעטעליצע. אַָיהאָ! ע-הע!
די רוסישע מעטעליצע! :
די רוסישע מעטעליצע!
די רוסישע מעטעליצע!
די רוסישע מעטעליצע!
כ'צערײַס דאָס העמד זיך אפן לײַב, נעם אָן א פולע פּאזעכע מיט װײַסע פייגעלעך,
װאָס ווימלען, פלאטערן אין איר, אין אונדזער רוסישער מעטעליצע. אָיהאָ! ע-הע!
היי, שטערט מיר ניט. לאָזט אופנעמען די קוילעס און די קויכעס און די לײַדנשאפטן,
וועלכע הערן זיך ארויס פון אונדזער רוסישער מעטעליצע! --
דעם סקריפּ פון טויערן, צונויפגעקלאפּטע פון ראיעלן האָלץ, אין כאָלמאָגאָרער דערפער,
און דאָס באהאלטענע און ווייכע שורשען אין די ליפטן פון די נײַיארבאטער מויערן,
ס'צעצויגענע געזאנג בא די זאוואלינקעס, װאָס װעקט די סקירדעס אינעם פעלד,
ביזוואנען אויך פון דאָרטן לאָזט זיך הערן, מורמלענדיק, א ריטשקעלע פון צװוישן הייסע ליפּן,
און ס'ריטשקעלע צעגיסט זיך אין א יונגן טײַך, װאָס שלעפּט די וואסערן
פון סאמע מיטן פוז דער מוטערשער דערזשאווע ביזן אײַזיפּאַליוס,
וועלכן די װעלט באדארף ניט װײניקער פון הייסע טראָפּיקעס--צוליב באלאנסן אף די ראכוועסן.
הי שטערט מיר ניט, לאָזט אופנעמען די קוילעס און די קויכעס פון דער רוסישער מעטעליצע.
און אויב איר האָט אליין זיך אָפּגעשײדט פון איר, איז עמעצער אין אומגליק אײַערן
דען שולדיק!
כ'זאָג:
הערט שוין אוף צו ליארעמען, פון דער פרעמד צעראשט, ס'וועצט אײַך מער ניט ווארעמען דער רוסישער פּייזאזש..
בא אונדזער הימל -- ריין דאָס לײַב. בלויז װוּיניט-װוּ עס ליגן אָנגעהויפט די דעמפּנדיקע װאָלקנס, וועלכע זעען אויס וי אָנגעקװאָלענע מיט פײַכטקײַט שמאטעס
אף ערשטגעוואשענער פּאָדלאָגע.
דערװײַל האָט נאָך די באלעבאָסטע -- די נאטור --
בלויז פארפּאָראָשעט די הױיכשפּיציקע די גרינע יעלן
און אויסגעשאָבן בא דער װאָלגע די געדיכטע, אָפּגעקילטע כוואליעס.
און -- מיטאמאָל! עס טוט א טרייסל מיט איר קלייד די רוסישע מעטעליצע. אַ-האָ! ע-הע! די רוסישע מעטעליצע!
די רוסישע מעטעליצע:
אין שטוב --
פון מענטשן און פון אויפעס
און פון פלאמען אין דעם אייוועלע
א ראש,
און ארויס-דאָרף,
אין פעלד
עס טוט א שפּרײט זיך
אף א האלבער וועלט
דער רוסישער פּייזאזש.
1
שורעס, אָנגעשריבענע דעם 9 מײַ 1945 און אָפּגעזוכטע אין פיל יאָרן ארום
טאקע ניצל געװאָרן, מאמע,
ניט געבראכט דיר אין לעבן קיין צאר. איצט דו האָסט ניט קיין זון אין דער יאמע, איצט דו האָסט ניט קיין קינד אינעם יאר.
טאקע ניצל געװאָרן, טאקע --
פון דער קויל, פון דער שפּיז, פון דעם שטריק, פון דערשטאָכן צו זײַן אין אטאקע
און פון װערן מיט גאזן דערשטיקט.
טאקע ניצל געװאָרן, טאטע,
פון פארפאלן צו זײַן אין געהיים, פון ארויסגיין אָן פיס פון פּאלאטע און פון קומען אָן אויגן אהיים,
נאָר, כאָלילע, ווען ס'גליק װאָלט געטראָפן אפן כעזשבן פון היים און פון לאנד --
אין די נעכט כ'װאַלט דען רויַק געשלאַפן? כ'װאָלט דען ניצל געװאָרן פון שאנד?
מענטש
ס'איז מײַן גײַסט געראם, איבער טיפן טהאָם
און מײַן קרוין איך טראָג צווישן אײַז און פלאם,
צװישן נאכט און טאָג, -- װײַל איך בין דער פּרינץ
אינעם מאלכעס-פעלד, אינעם מאלכעס-וואלד, אין דער מאלכעס-וועלט.
גאָרניט אזוי פּראָסט דריי איך מיך ארום צװוישן היץ און פראָסט, צווישן גלײַך און קרום; צווישן יונג און אלט,
צװישן פרוכט און צוויט. --
שיין איז מײַן געשטאלט, קיין אײַנהאָרע ניט.
בין איך מיר א פּרינץ אינעם מאלכעסיפעלד, אינעם מאלכעס-וואלד, אין דער מאלכעס-וועלט.
ליכטיק און צעבליצט פליסט מײַן לעבנס-טלַך צװישן פראָסט און היץ, צווישן קרום און גלײַך, צווישן אלט און יונג,
צװישן פרוכט און צוויט.--
האסטיק איז מײַן שװוּנג, קיין אײַנהאָרע ניט.
בין איך מיר א פּרינץ אינעם מאלכעס-פעלד, אינעם מאלכעס-וואלד, אין דער מאלכעס-וועלט.
ליגט מײַן װעג צום רוים, צװישן דנאָ און שטראָם, צווישן צוים און טרוים,
צװישן שווער און גרינג, צווישן לייד און ליד. -- ס'איז מײַן שוועבן פלינק,
קיין אײַנהאָרע ניט.
בין איך מיר א פּרינץ אינעם מאלכעס-פעלך, אינעם מאלכעסיוואלד, אין דער מאלכעס-וועלט.
אף דעם הויכן וועג שטייט מײַן אופטו אוף צווישן שטראָם און ברעג, צווישן טרוים און רוף, צװוישן גרינג און שווער, צווישן לייד און ליד. -- שיין עס איז מײַן װערק, קיין אײַנהאָרע ניט.
בין איך מיר א פּרינץ אינעם מאלכעס-פעלד, אינעם מאלכעס-וואלד, אין דער מאלכעס-וועלט.
ס'איז מײַן גײַסט געראם, און מײַן קרוין איך טראָג צװישן אײַז און פלאם, צװישן נאכט און טאָג, -- װײַל איך בין דער פּרינץ אינעם מאלכעס-פעלד, אינעם מאלכעס-וואלד,
אין דער מאלכעס-וועלט,
אינגאנצן נײַ
איך זאָג עס אײַך: פון נײַעם קוואל,
און ניט פון אלטן, שעפּ איך,
און דאָס איז ניט קיין נײַער פאל -- דאָס ווייסט איעדער שעפער.
דער שעפער שאפט. אינגאנצן נײַ
עס איז זײַן ביסל אייגנס.
דער אלטער קוואל, װאָס פליסט דערבל, וועט פרישקײַט ניט דערלייגן.
זײַן בײַטראָג לעבט אין צײַט און רוים, און נייטיק איז ער שטענדיק,
נאָר ס'קוועלעכל, װאָס לעבט ערשט קוים און, דאכט זיך, באלד זיך ענדיקט, -- עס האָט באוויזן טאָן א שפּריץ
צו מיר אין הארצן סאמע,
און ס'לַאָזט אוועק מײַן זעל זיך איצט אין וועג מיט דעם צוזאמען.
איר זאַלט ניט פרעגן
איר זאָלט ניט פרעגן, פארװאָס א דעגן גייט. א רעגן גייט. א האָגל פאלט.
עס ליגט די ראָסע.
סע שיט א שניי.
סע גייט א רעגן.
איר זאָלט ניט מיינען, אז אין רעגן טרינקען זיך די גרעזער. די גרעזער טרינקען.
די שטיינער אין דער שטאָט זיך וואשן אין דעם רעגן.
אף אָנפּאָיען דעם פלאנץ
באדארף דער רעגן אײַנװייקן אין זיך די ערד,
אין וועלכער ס'מוטשעט זיך פון דאָרשט דער װאָרצל.
איר זאָלט ניט רעדן וועגן רעגן מיט פארדאכט. הייבט אוף די אויגן צו דעם הימל
און זעט, װי ערלעך דאָרט די רעגן-רײיניקײַט געשעט. אזוי וי פארן אײַנשפּריצן רעפועס מיט א שטאָך דער דאָקטער האלט די נאָדל אפן פײַער,
אזוי אין הימל גליט די טראָפּנס פריער אָן א בליץ, א דונער קלאפּט ארויס פון װאָלקן וי פון שטיין זיי, און דעמלט ערשט עס גייט אף דר'ערד א רעגן.
(א רעגן גייט. א האָגל פאלט.
עס ליגט די ראָסע.
סע שיט א שניי.
סע גייט א רעגן).
איר זאָלט ניט פרעגן, פארװאָס עס גייט א רעגן.
ֹ/
נאטאן זאבארע
אינטיטן העקן באטאָג
ראָמאן
'איז געווען אין א מעסיבע פון די כאָשעװסטע געסט באם נאָסי. דער נאָסי איבן שע- שעט אליין איז אויך געווען דערבײַ. דער בארסעלאָנער טוישעוו אראָן האלייווי, דער
מעכאבער פונעם ספר החינוך', װאָס איז געגעבן מיט לײַכטן לאָשן פארן פּאָשעטן פאָלק און איז צעטיילט אף פארשעס פאר יעדער װאָך באזונדער, האָט וועגן איבן סיגאלס טפילע באלד א זאָג געטאָן מיט דער גאנצער הארבקײַט:
-- דאָס איז א געבעט צום מוסולמענישן גאָט, פּונקט אזוי גוט װי צום קריסטלעכף אָבער ניט פארן גאָט פון ייִסראָעל. צו אונדז האָט עס קיין שום שײַכעס ניט!
די רויטע באָרד האָט בא אים געפלאמט, און די ליפּן זײַנע האָבן נאָך אונטערגעציטערט, גלײַך װוי ער װאָלט נאָך ניט דעם גאנצן קאס ארויסגעבראכט. איבן סיגאלן האָט עס אינגאנצן דערשלאָגן, ס'האָט אף אים מער געדריקט דאָס שװײַגן פון די איבעריקע, װי דער אָנפאל פון אָט דעם מענטשן. נאָך איידער ער האָט געפּרוּװט עפענען דאָס מויל, האָט דער בייזער ייד נאָך צוגעגעבן:
-- אונדזערע נעװוייִם האָבן געגלייבט אין מלאה הארץ דעה?, אָבער געשען װעט דאָס לאכלוטן אָן צוואנג.
דאָ האָט זיך ארײַנגעמישט דער מילדער באָניפאז ווידאל. אין בארסעלאַנע שעמט ער מיט זײַן קעגנערשאפט צום ראמבאם. ער איז אויך א גרויסער ערד"באזיצער, און אף זײַנע פעלדער איז ער מעקײַעם פאה און שכחה?"--ער לאָזט קיינמאָל ניט אָפּשנײַדן די גערעטע- ניש ביזן לעצטן פּאס פעלד אְן לאָזט זיך ניט אומקערן צו צונויפזאמלען די פארבליבענע זאנגען, אָדער נאָך א פארגעסענעם גארב טווּע. אין װײַנגאָרטן און בא די איילבירט-ביימער לאָזט ער ליגן אף העפקער די רײַפע און די אליין אראָפּגעפאלענע ניט רײַפע פּיירעס. די פּוױיערים -- שכיינים לאכן פון אים און קלײַבן עס באהאלטענערהייט אליין אוֹף. זיי קאָנען זיך אלץ ניט דערווארטן אפן זיבעטן יאָר, ווען ער זאָגט זיך אינגאנצן אָפּ פון אראָפּנעמען די טװוּעס, און דערהױיפּט אפן שמיטע-יאָר, ווען ער װעט באָטל מאכן אלע כויוועס, װאָס װער פון די פּויערים איז אים שולדיק.
-- דו זאָג מיר, איבן סיגאל, -- האָט ווידאל זיך א קערעװע געטאָן מיטן פּאָנעם צו אים, -- ווען האָבן מיר, ייַדן, אָנגעװאָרפן אנדערע פעלקער אונדזער גלויבן? װען האָבן מיר וועמען-ס'איז געצװוּנגען אָנצונעמען אונדזער געדאנקענגאנג, אונדזערע מינהאָגים, אונדזער לעבנשטייגער?
-- איך! איך האָב געצװוּנגעף -- האָט איבן סיגאל זיך א הייב געטאָן, און ער האָט אויסגעזען העכער פון אלעמען, האגאם דעם קאָפּ האָט ער געהאלטן אראָפּגעלאָזט צו דער ערד. -- איך האָב זייער לײַכט און גערן אָנגענומען דאָס מאכמעדאנישע גלויבן, איך בין
סאָף. זע , סאָוועטיש היימלאנד" נומ. 1, 2, 1975. סייפער האכינויך -- בוך פון דערציונג; 2 מאָלאָ האָאָרעץ דייאַ -- די װעלט װעט פול זײַן מיט
וויסן; * פּייאָ און שיכעכאָ -- אָנזאָג פון דער טוירע באם אראָפּנעמען דעם שניט פון פעלד איבערצולאָזן א פּאס טוווּע פאר אָרעמעלײַט.
געווען ניט דולדיק צו די אלע, װאָס האָבן עס ניט געטאָן אזוי װי איך! איך האָב גאַרניט געהאט צו די, װאָס האָבן באצײַטנס דאָס לאנד פארלאָזט, איך בין גלײַכגילטיק געװען צו די, וועלכע זײַנען שפּעטער אנטלאָפן. נאָר די יעניקע, װאָס זײַנען געבליבן מיט אונדז, האָב איך ניט געקאָנט מויכל זײַן די מינדסטע אָפּװײַכונג פונעם נײַעם גלויבן. ס'האָט זיך מיר אלץ געדוכט: זיי זײַנען מיר א דאָרן אין אויג, זי פּאטערן מיר די מאראָכע, דעם װוערט מײ- נעם און דער קלענסטער וואקל זייערער נעמט עפּעס אויך אָפּ פון מײַן געטרײַשאפט, פון מײַן מיט לײַב און לעבן איבערגעגעבנקײַט צום נײַעם גלויבן און לעבנספיר. א רעשטל פון א פּריערדיקן מינהעג, א ניט-אראבישער אויסדרוק אין זייער לאָשן האָט אזוי װי פארמינערט מײַן װאָג און מײַן עכטע אראבישקײַט סײַ אין דער שאפונג, װי אויך אינעם לעבנשטייגער. איך בין געווען דער מענטש, װאָס האָט אונטערגעזאָגט מײַן הערשער, דעם קאליף, ער זאָל פארניכטן אלץ, װאָס ס'איז געשאפן געװאָרן אפן לאָשן איוורי, און װען איך װאָלט געװוּסט, אז ס'איז נאָך פאראן װער, װאָס באנוצט זיך מיט דער שפּראך צום שאפן, בין איך גרייט געווען אים צו מאסערן, ער זאָל געשטעלט װוערן תחת חרב!. איצט, ווען איך זאָל האָבן בעיאד, װאָלט איך איניינעם מיטן צונג ארויסגעריסן פון זיך דאָס אראבישע לאָשן, אף װעלכן איך דענק, און רעד, און שרלַב...
מע האָט זיך אף אים ארופגעװאָרפן מיט קוילע-קוילעס און אים צוגעמאכט דאָס מויל. דאָס נאָרװאָס געזאָגטע האָט קימאט בא אלעמען ארויסגערופן א דערווידערונג, און ס'האָט זיך צע- פלאקערט א שטורמישער וויקועך, בא וועלכן דער אלטער זאבארע האָט זיך באזונדערס צע" היצט. ער האָט פון גרויס אופרעגונג ניט געקענט דערזאָגן דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט. האָט בא אים דאָס רעדן איבערגעכאפּט אלכאריזי:
-- דאָס אראבישע לאָשן איז דאָ גאָט די נעשאָמע שולדיק. אין וויפל מעדינעס רעדן ייִדן אף אָט דער שפּראך, און װאָס האָבן זיי שוין ניט געשאפן אף אָט דעם באפליגלטן לאָשן פאר די לעצטע עטלעכע הונדערט יאָר! נאָך פריַער פאר זייער נאָװי האָבן מיר שוין געהאט די מע" שוירערים אל סאמועל און דעם זון זײַנעם שוראלק.י
-- און די משוררת מרת שרה?, -- האָט זיך דער אלטער זאבארע נאָך אלץ ניט בארולקט.-- איך האָב בא די איבן טיבאָנס געזען אין א קסאוויאד איר א בינטל שירים פון מיט א האלבן טויזנט יאָר צוריק, עכטע פרחים?.
-- איז דען די זאך אינעם לאָשן? -- האָט אלכאריזי נאָך ניט פארענדיקט דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט זאָגן. -- אָט אינעם לוטער-לאנד האָבן ייִדן שוין לאנג אָנגעהױבן רעדן אפן לאָשן אשקענאזי. װוער ווייסט, װאָס ס'קאָן נאָך נצמח װערן?* אוועלכע גרויסע יעצירעס ס'קאָנען נאָך געגעבן װוערן אף אָט דער פרעמדער שפּראך? און אף מיזרעך פון אשקענאז ליגן די מעדינעס פון די סלאוון. װוער װעט מיר זאָגן, װאָס פאר א לאָשן אונדזערע ברידער באנוצן דאָרט! די שפּראך איז בא אונדז אָפּט די האלבאָשע. דער קנקן", אין וועלכן אונדזער אלדאָס געשאפענע ווערט אָנגעזאמלט אף עס אויסצופארהיטן פאר די קומענדיקע דוירעס. אָט אף דערוף איז טאקע כאל דער פּאָסעק אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו.
דאָ איז פּלוצעם ארױיסגעשפּרונגען יויעל און פול מיט פארביטערונג גענומען פאָרווארפן איבן סיגאלן:
-- איר קומט צו אונדז מיט אײַערע וויייגעשרייען און מיט די ראכמים-גוואלדן, ווען מע צאפּט פון אײַך בלוט. אָבער מיר נייטיקן זיך ניט אין קלאָגמוטערס, מיר האָבן זי גענוג אָן אײַך! מיר דארפן אויך ניט די יעניקע ייִדן, וועלכע קומען צו אונדז מיטשטארבן. אף צו מיט" לעבן ביסטו אוועק צו אנדערע, און פאר זיי האָסטו געשאפן. איצט, אז די אנדערע האָבן דיך אָפּנעשטױסן, ביסטו געקומען זיך באהעפטן מיט די, פון וועלכע דו ביסט אוועק אף שטענדיק. האגאם דו ביסט דאָרט געווען בלויז א צוגעקומענער, ניט קיין אײַנגעפונדעוועטער, האָסטו גע" מיינט װוערן דער זינגער פון א פרעמד פאָלק, זויגן די זאפטן פון א פרעמדן שטאם. ס'איז פאראן אזא בלעטל, װאָס וואקסט בא דער זײַט פון א בלום און װערט אליין פארדארט און פארטריקנט, אָן פארב און אָן א רייעך, װײַל ס'האָט ניט קיין אייגענעם לופט-װאָרצל, זוכט עס ארײַנצוכאפּן, אן אָטעם טאָן מיט עפּעס פרעמדס, אָבער דאָס איז ניט אף זיכער. און אוואדע ניט אף לאנג...
פון זײַנע רייד האָט א ווייע געטאָן מיט אזא הארבער אָפּנקײַט, אז אלע זײַנען נישטוימעם
1 טאכאס כערעוו -- אונטער דער שװערד; ? מעשױרערעס מאָראס סאָראָ -- די דיכטערן פרױ סאָרע! ? פּראָכים -- בלומען; + ניצמאך װערן -- אויסואקסן! * קאנקאן -- קיילע! * אל טיסטאקיי? בעקאנקאן עלאָ בעמא שעיעיש בי -- קוקט ניט אף דער קיילע, נאָר אף דעם, װאָס אין איר געפינט זיך.
8
געבליבן. דאָ זײַנען ארויסגעזאָגט געװאָרן װערטער מיט אזא דרייסטער קלאָרקײַט, װוערטער און מאכשאָװעס, װאָס זײַנען בא אנדערע עפשער אויך אופגעקומען, בא וועמען נאָך דערװײַל אונטער א נעפּל, און בא ועמען שוין גאנץ דורכגעטראכטע, בוילעט אָפענע, נאָר אָן דער געוואגטקײַט זיי ארויסצוזאָגן מיטן פולן מויל. בא אלכאריזין האָט זיך דער שמייכל פארפּלאָנ- טערט צװוישן באָרד און פּייעס. און פון די ברייט צעעפנטע אויגן האָט ארויסגעקוקט א באפרי- דיקונג, װי ער װאָלט זאָגן: נו, מער האָב איך שוין ניט װאָס צו ריידן, דער יונגערמאן האָט פאר מיר אלץ וי אפן טעלער ארויסגעלייגט.
בא יויעלס טאטן, דעם אלטן זאבארען, האָט די באוויליקונג אָנגעקװעלט טיף אינעװייניק, האגאם אויסערלעך האָט ער ארויסגעוויזן אומצופרידנקײַט און פארדראָס אפן זונס כוצפּע. איבן שעשעט האָט זיך געקראצט אין דער גרײַזיגרױער באוואקסנקײַט אפן פּאָנעם, ס'האָט אויסגעזען, װי ער װאָלט דאָ געװאָלט עפּעס אויסבעסערן, נאָר דאָס האסקאָמעדיקע צושאָקלען פון נאָך אנדערע בײַװעזנדיקע האָט אים אָפּגעהאלטן דערפון. איבן סיגאל אליין, דער גע- טראָפענער, האָט מיט זײַנע בליקן מילד ארומגעכאפּט אָט דעם דארלעך-שלאנקן יונגן באָכער, וועגן וועלכן ער ווייסט גאנץ גענוי, אז ער האָט ניט קיין מינדסטע שײַכעס צו װאָסעריניט- איז שאפונג. דער יונג האָט נאָך קיין איין שורע קיין אייגענע ניט אָנגעשריבן. די גאנצע אוּוודע זײַנע שטעקט אין רפואת הגוף!, איז װי קומט ער זיך ארויסשטעלן פאר אזא מײַדים אין רפואת הנפש?? ער װעט, פארשטייט זיך, אפילע ניט פּרוּוון אָפּפרעגן די אלע האלבע און גאנצע עמעסן, װאָס מע האָט אים נאָרװאָס פאָרגעװאָרפן, און מיט אָט דעם ארױיסשפּרינגער װעט ער זיך אוואדע ניט ארײַנלאָזן אין כעזשבוינעס. אָבער אָט די אלע מענטשן ווייסן דאָך גאנץ גוט דעם באדײַט פון אָט די פרעמדע זאפטן, װאָס דערנערן א וועלט. װוּ נאָר ס'שלאָגט ערגעץ א פילבאר הארץ, א דענקענדיקער מויעך, אין אוועלכער מעדינע סזאָל ניט זײַן, צו אוועלכן פאָלק דער מענטש זאָל ניט געהערן, -- איז אויב ער װעט ניט צופאלן צו אָט דעם לעבעדיקן קוואל פון אראבישן וויסן, -- איז װוּ נאָך װעט ער זײַן דאָרשט שטילן? בא די אָפּשטאמיקע פון די אלטע גריכן! בא די אמאָליקע העלענער, פון וועלכע ס'איז קיין סאָריד- אופּאָליט ניט געבליבן? צי בא די פארגרעבטע יאָרשים פון די לאטײַנער, װאָס האָבן זיך אינגאנצן אױסגעטאָן פון יעדער מין כאָכמע און וויסן, און װי די אָנסײיכלדיקע פּראָיִם, זיצן זי פארהילט אין אָט דעם װײַט ניט רייעך:ניכויעכדיקן קריסטלעכן װײַרעך און לאָזן צו זיך קיין פריש ווינטל ניט צוז אויב עמעצער א זייעריקער וויל זיך איצט דערלאנגען צו די אלע וויסנשאפטן, צו וועלכע זייערע אָװעס האָבן אין דער פארגאנגענהײַט דערגרייכט, מון ער זיי זוכן ראק אונטער דער גרינער פאָן פונעם אראבישן לאָשן.
-- אגעוו, האָבן נאָך דערװײַל ביז איצט די אראבישע געלערנטע וייניקער פון אלץ זיך באמיט ארײַנצוברענגען אָט די פרעמדע אויצרעס אין זייער פארמעגן-- האָט א ייַד א מע- טארגעם זיך געגלעט די באָרד, ווען איבן סיגאל איז אף א װײַלע אנשוויגן געװאָרן.--- ווען ניט אונדזערע טארגומים פון די גריכישע כאכאָמים און פון די אלט-רוימער, װאָלט זייער א סאך פארלוירן געגאן, און טאקע פאר די אראבער גופע.
דאָ האָט אלכאריזי א שמייכל געטאָן.
-- ס'איז גענוג צו דערמאָנען---האָט ער געזאָגט-- דעם סולטאן אָמאר, װען ער האָט באזיגט די פּרעכטיקע אלעקסאנדריע, און מע האָט בא אים געפרעגט װאָס צו טאָן מיט די קסאוויאדן פונעם רײַכסטן ביכער-אויצער אף דער װועלט, האָט ער אזוי געפּאסקנט: אוב אין די כיבורים שרײַבט זיך דאָס, װאָס ס'איז פאראן אינעם קאָראן, זײַנען זיי דאָך איבעריק. און אויב ס'איז אין זיי דאָ אזוינס, װאָס אין קאָראן געפינט זיך עס ניט, זײַנען זיי שעדלעך. אין ביידע פאלן איז בעסער זיי צו פארניכטן.
דער אוילעם האָט זיך צעלאכט. איבן סיגאל האָט אויך װי פארשולדיקט מיטגעשמייכלט, און פארטראכטערהייט האָט ער געפּרוּװוט זיך אָפּנעבן דעם גערעכט.
-- נו, דאָס איז געווען אמאָל... מע דארף דאָך נעמען אין אכט די צײַט.
-- אָט וועגן דער צײַט װיל איך טאקע זאָגן---האָט זיך יויעל אין דערין אָנגעכאפּט.-- מיט שיינע עטלעכע הונדערט יאָר פאר אָמארן האָט דער באזיגטער יויכענען בען זאקאי געבעטן דעם רוימישן קייסער וװועספּאסיאן בלויז איינס: תן לי יבנה וחכמיהפ.
קאסמונע איז אינעם פארטונקלטן ווינקל פונעם גרויסן צימער געזעסן האלב-אויסגעצויגן אפן פארביקן טעפּיך, אונטערגעשפּארט מיט זײַדיקישעלעך און מיט האָריקע פעלן ארום די פיס. װי א פארטײַעטע האָט זי געפאָלגט דעם ווערטער-געפעכט, געגאפט און זיך געשלאָגן
: רעפואס האגוף -- מעדיצין; ? רעפואס האנעפעש -- גײַסטיקע היילונג; * טען לי יאװנע װעי כאכאָמעהאָ -- גיב מיר יאוונע מיט אירע געלערנטע.
9
מיט דער דייע: צי זאָל זי זיך ארײַנמישן אינעם לײַדנשאפטלעכן קריג פון אָט די פרעמדע מענער מיט איבן סיגאלן? דערהויפּט האָט איר געשטויסן דערצו דאָס אָפטע ארויסשפּרינגען פון אָט דעם אזעסדיקן יונגן עסקולאפּ, װאָס לויט וי איר דוכט זיך, שפּריצט פון אים מיט סינע און מיט שאָדן-פרייד וועגן דעם ביטערן גוירל זייערן.
זי האָט עס אים געהאט געזאָגט בא דער ערשטער געלעגנהײַט, האָט ער זיך איר שיר פאר די פיס ניט געװאָרפן, און זי האָט אים גאָרניט געקאָנט אײַנשטילן, ער זאָל זיך שוין אופהערן שלאָגן אלכעט. פארן ערשטן מאָל האָט ער איר אזויפיל גוטסקײַטן ארויסגעזאָגט, און אין אלץ, װאָס ארום איר, האָט ער געזען הוילע מײַלעס: אירע שטראָף-רייד זײַנען אים װי א באלזאם; פון איר צארטער שטים, פון דער קליידונג, װאָס אף איר, פון איר קליינעם װוּקס איז ער ביז צו מעשוגאס באגײַסטערט. פאר זײַן יונגן לעבן האָט ער שוין ניט איין מאָל מיט זײַן גאנצן פײַער זיך אָנגעצונדן צו פּונקט אזעלכע וי זי, נאָר ס'האָט געפעלט דאָס קענגזײַטיקע פרישע וינטל אף אונטערצוהאלטן דעם פלאם, האָט זיך דער שײַטער שטיל אויסגעלאָשן, און אפילע קיין איין ווארעמער פונק האָט זיך אינעם אש ניט געקאָנט פארהיטן.
ער האָט זיך פאר איר מיסנאצל: געוען װי פאר אן עלטערער שװעסטער. וי פאר א מאמען האָט ער זיך מוידע געווען אין זײַנע זינד מיט דער פּרעכטיקער פּראָואנסאלערן, דעם הערצאָגס גרױיסװוּקסיקער שלאנקער טאָכטער, און זי האָט פאר אים אף איסװייניק געלייענט איבן סיגאלס ליבע-לידער, אויך א מין זיך מיסוואדע זײַן אף די אייגענע כאטאָיִם. יויעלן איז דאָס אלץ ניט אָנגעגאן.. אפילע אירע קאלט-סייכלדיקע אייגענע לידער האָבן בא אים אויך אויסגענומען, װי דאָס בעסטע פונעם בעסטן, אבי נאָר זײַן לעבן איר.. זייערע באגעגענישן זײַנען אָפּטער געװאָרן. זי האָט זיך ניט באהאלטן דערמיט. ניט זעלטן פלעגט זי אים אופנעמען אין איר באזונדערן צימער, װוּ זי האָבן אומגעשטערט געקאָנט א פּאָר שאָ זײַן צוזאמען און זיך אפילע ארײַנזאָגן איינער דעם צווייטן אזוינס, װאָס מע קאָן עס נאָר טאָן, ווען מע איז אויג אף אויג. קאנסומע האָט זיך, אפּאָנעם, פארלאָזט אפן אונטערשייד אין זייער עלטער און אף דער מענערישקײַט פון איבן סיגאלן, קעגן װעמען אָט דאָס באָכערל איז ניט מער װי א פערטל אֶָף. יויעל איז, װײַזט אויס, אויך געקומען צו דער מאסקאָנע פון אל תבשל בקדרה שבשל בה חברך?, ביפראט נאָך, אז ער האָט דאָ לעבן זיך דעם טאטן, זאָל לעבן און געזונט זײַן. עפשער דערפאר טאקע איז ער געװען מיט איר אזוי פרײַ אין די רייד, וויסנדיק, אז צו עפּעס מערערס װעט ניט קומען, און פון דערפון איז אויך די הײימישקײַט צװישן זיי אלץ מער געוואקסן און געוואקסן.
אָפּטמאָל זײַנען זיי צוזאמען געריטן אויסער דער שטאָט, האָבן געפירט לאנגע געשפּרעכן, וועלכע האָבן קאנסומען באגײַסטערט. ער איז בא איר אין די אויגן געוואקסן, און זי איז גרייט געווען אים צו הערן שאָענװײַז -- און שװײַגעװדיק בלויז קוקן אף אים און באװוּנדערן זײַן ניכ- טער-זיכערע דרײיסטקײַט, זײַנע מוטיקע און קלאָרע געדאנקען, ארויסגעזאָגטע מיט פּאָשעטע װוערטער, נאָר זיי האָבן געקלונגען װי א געזאנג, װי עכטע פּיִוטישורעס, װאָס דרינגען ארײַן אין דער נעשאָמע.
אויך דאָס מאָל האָבן זיי אונטערגענומען א לאנגדויערנדיקן רײַטישפּאציר, און ווען זיי זײַנען שוין געװאָרן אײַנגעמידט און ס'האָט אָנגעהױבן דעמערן, האָבן זיי פארקערעוועט אף אהיים.
ווען זיי זײַנען ארײַנגעפאָרן אין דעם ייִדישן שטאָט-פערטל, איז שוין געווען גוט טונקל. קיין מענטשן האָט מען דאָ קימאט ניט געזען. אין דער פּוסטקײַט פון די שמאָלע געסלעך האָט זיך הילכיק אָפּגערופן דער רעגלמעסיקער טראָט פון די אכט פערדישע פיס און דאָס אָפטע קלאפּן אין די פארמאכטע לאָדנס, א קלאפּן, מיט וועלכן מ'האָט געװאָרנט װעגן א דראָענדיקער געפאר אָדער אָנגעזאָגט א שלעכטע בסורע.
-- אין שטאָט איז פאראן א מעס, קאנסומע, -- האָט יויעל געזאָגט. -- עפּעס א כאָשעװער מאן איז ניפטער געװאָרן.
דער טיר-קלאפּער איז שוין פונעם געסל פארשוווּנדן, און אין דער צווייטער גאס, װוּהין זי האָבן פארקערעוועט, איז אויך ניט צו זען קיין לעבעדיקן נעפעש. נאָר ס'הערן זיך נאָך אלץ פונדערװײַטנס די קלעפּ, מיט אן איבערײַס אפן קורצן מעהאלעך, װאָס ס'פארנעמט דער גאנג פון הויז צו הויז.
באם צופאָרן צו די פערדישטאלן אף איבן שעשעטס היף, װי נאָר ער האָט געהאָלפן קאנסונען אראָפּשפּרינגען פונעם זאָטל, איז מיטאמאָל פאר אים אויסגעוואקסן טאנכום.
: פארענטפּערט; ? אל טוואשייל ביקדייראָ שעבאָשײל באָ כאויירכאַָ-- זאָלסט ניט קאָכן אין דעם טאָפּ, אין וועלכן דײַן כאווער האָט געקאָכט.
10
-- װי קומסטו פּלוצעם אהער, בן יקיר! מײַנער! װאָס איז בא דיר הײַנט פאר א יומא דפגרא?? -- האָט זיך יויעל געװוּנדערט.
-- ניט בא מיר..--- האָט טאנכום, אן אָנגעכמורעטער, איבערגענומען צו זיך אין די הענט ביידע פערד פאר די צײַמלעך און זיך געלאָזט מיט זיי צום שטאל-טויער אף זיי אױסזאָטלען און אָפּפירן צום אָנקאָרמענען.
,עפּעס איז א בער אין וואלד געפּייגערט"-- האָט יויעל א טראכט געטאָן. אָדער ס'האָט טאקע געהאט א פּולע דאָס נעכטיקע שמועסן מיט אים און דאָס װאָרענען. נעכטן, וען די דינערשאפט איז שוין לאנג געשלאָפן, האָט ער דערזען טאנכומס געלעגער א ניט קין גערירטן. ער האָט געווארט אף אים עפשער ביז האלבער נאכט. ער װעט שוין מיט אים מעקײַעם זײַן א כצאָס, האָט יויעל באשטימט. אפילע וען ער זאָל דאָ דארפן שטיין און ווארטן, ביז דער מאָרגנשטערן װעט פארשווינדן, נאָר ער מוז אים אָנלערנען. אָט דער ניכ- פּעניק האָט אים געגעבן דאָס װאָרט גלײַך באם אָנקומען אהער: דאָ, אין בארסעלאָנע, צװישן אזויפיל כאָשעװע לײַט באם נאָסי אין הויז, װעט ער אופהערן נאָכגעבן דעם יעיצערהאָרע אף א שטיקל צײַט. האָט עס געדויערט פון עסטעריטאָנעס ביז פּורים. מע רעדט שוין דאָ אויך וועגן אים, אז ער װערט אָפט פארשװונדן אף א גאנצער נאכט, און אז ער האָט שוין געפּרוּווט אפילע טרײַבן זנוס אָט דאָ אין הויף.
אָבער הײַנט -- װידער דאָס זעלבע. יוױיעל גייט אים נאָך פוסטריט. ער איז מיט אים ארײַן אין שטאל, און דאָ באם זאָטל-יהענגער איז ער צוגעשטאנען צו אים:
-- האָסט דאָך מיר נעכטן געשווירן בא װאָס הייליק איז, אז דו װעסט אופהערן צו נויעפן. װוּ ביסטו הײַנט געווען! װאָס װעסטו הײַנט צוטראכטן?
-- װאָס איז די נאפקעמינע! איך האָב הײַנט קיין זנוס ניט געטריבן! -- האָט טאנכום מיט קאס גענומען אויסקערעווען די פערד.
-- דאָס אליין איז שוין א גרויסער אופטו. און מאָרגן װועסטו זיך אויך פירן לײַטיש!-- האָט יויעל גענומען שפּאסן מיט אים.
-- מאָרגן אויך. און אויך איבערמאָרגן... ביז מיר װעלן ניט פארלאָזן אָט דעם פארשאָל- טענעם מאָקעם, װוּ מע קאָן ניט לעבן װי א מענטש-- איז טאנכום ארײַן אינעם באלעבאָס' טאָן.
-- איז צו װאָס דאָס ארומשלעפּן זיך גאנצענע נעכט, אז מענטשן זאָלן דיך כוישעד זײַן? זיצט מען אין דער היים ביזן אװעקפאָרן פונדאנען,-- בעט זיך בא אים ייעל נאָך אף איין האנאָכע.
-- װאָס זשע, איך טאָר שוין אפילע אינעם טאנץ-שטיבל זיך ניט באװײַזן?--האָט זיך טאנכום ווידער צעבייזערט.
-- אינעם טאנץ-שטיבל?..-- איז יויעלן די זאך געװאָרן פארדעכטיק.-- עפּעס צו פרי ביסטו געקומען פון דאָרט...
-- געקומען פון דאָרט... מע האָט אונדז צעטריבן. אף גאנצע זיבן טעג האָט מען אָנגעזאָגט, מיר זאָלן קיין דריסאס-רעגל? דאָרט ניט האָבן. מע האָט בא די שפּילער דאָס שפּילגעצײַג צוגענומען. די פלייטע, די הארפע, אפילע דעם שאל-האָרן האָט מען ניט איבערגעלאָזט. עפּעס א גרויסער מאן איז געשטאָרבן.
בא דער טיר, אף דער שװועל, האָט אף יױיעלן אָפּגעווארט דער טאטע. אים איז ניט געווען צו דערקענען. זײַן קאָפּ איז געווען מיט אש באשאָטן, אפן בעגעד באם הארצן האָט זיך אָנגע- זען דער היפּשער ריס פונעם רעכטן לאץ, און די אױגן זײַנען געװען פול מיט טרערן
-- רײַס קריע, זון מײַנער, דער עמוד ברזל? אונדזערער, דער חד בדורו", -- האָט ער זיך צעוויינט, -- אונדזער גאון עולם", דער ראמבאם, איז שבק חיים לכל חי".
די ליפּן האָבן בא יויעלן א ציטער געטאָן באם ארױסזאָגן דעם .ברוך דיין אמת"?. ער האָט שוין ניט געקענט מיט זײַן קאָל איבערפרעגן, ווען איז דאָס געשען.
-- גאָרניט לאנג, -- האָט דער אלטער זאבארע ארויסגעוויינט, -- אין כ' טבת?, און אפן דריטן טאָג האָט מען אים אריבערגעפירט קיין טוואריע... א בראָך צו אונדז, -- האָט ער מיט ביידע הענט זיך א כאפּ געטאָן פארן קאָפּ, --מיר האָבן אָנגעװױרן די עיני הגולה":. מיט וועמענס אויגן װעלן מיר איצט קוקן אף דער װעלט!
: בען"יאקיר -- טײַערער; ? יױימאָ דעפאגראָ--יאָמטעװ; ? פוסטריט: + אמוד בארזעל-- אײַזער- גער זײַל! * כאד בעדוירוי -- איינער אין זײַן דאָר! * גאָױן אױלאַס -- װעלטגאָען; ? שאָוואק כאים לעכאָל כײַ -- ער האָט פארלאָזט דאָס לעבן, אין געשטאָרבן --אזוי זאָגט מען אָן װעגן דער פּטירע פון א צאדיק: * באָרוך דאיאָן עמעס --געבענטשט זאָל זײַן דער, װאָס זײַן מישפּעט איז גערעכט; * קצָף טייווייס -- צוואנציק טעג אין כוידעש טייװעס; ?: אייניי האגוילאַ-- די אױגן פון דעם גאָלעס.
11
יױיעל האָט דעם טאטן פּאמעלעך אװועקגעזעצט אפן אָװליבענקעלע, אראָפּגעװאָרפן פון זיך די שיך און גענומען רײַסן קריַע. װײַטער האָט ער ניט געװוּסט װאָס צו טאָן מיט זיך. ער האָט זיך קיין אָרט ניט געפונען. אפן דיל איז שוין געווען אָנגעװאָרפן פריש אָפּגעשניטן גראָז, װי א רעמעז אף אנוש כחציר ימיו!. ער האָט א קליין ביסל גראָז צונויפגעשארט אין א ווינקל און זיך אף דעם א וואלגער געטאָן. ער איז געבליבן זיצן װי אף א פוס-בענקעלע לעבן טאטן און געשוויגן. װאָס האָט ער אים איצט װאָס צו זאָגן?
געווען צײַטן, ווען זיי האָבן זיך הייס געאמפּערט ארום דעם ניפטער. ס'האָט דעם אלטן זאבארען פארדראָסן: װאָס הייסט, דער אייגענער זון זײַנער איז אזא קנאפּער אָנהענגער פונעם ראמבאם? ויַאזוי האָט ער גאָר פארזען, ניט אכטונג געגעבן, דער בען-ײיאָקער זײַנער זאָל ניט ארײַנפאלן אין די נעצן פון די קעגנער! ער האָט געװוּסט, װוי נאָר דער זון איז אונטערגעוואקסן און אליין אָנגעהויבן צו דענקען, האָט ער זיך ארײַנגעטאָן און איז געווען פארקאָכט אין יעהודע האלייווי, אין די שירים זײַנע, און ראק דער קוזרי? איז בא אים געווען קאָדשיי-קאדאָשים. נו איז װאָס! ער האָט נאָך דעמלט ניט געהאט פארזוכט דעם טאם פון אנדערע אויצרעס, און שוין פון די יונגע יאָרן האָט ער א טעווע געהאט צופיל שטעלן אף זיך, ער איז שוין געווען אָנגעשטעקט מיט מחלת הזמןפ..
יויעל טראכט איצט פארן טאטן פּונקט אזוי װי פאר זיך, און דאָ דערמאָנט זיך אים, װי ט'האָט דעם טאטן געקאָסט געזונט, ווען ער האָט דאָס ערשטע מאָל פונעם זונס מוֹיל געהערט, וי ער איז ניט מאסקים מיטן ראמבאמס א געוויסער ארוסזאָגונג.
-- וויַאזוֹי וואגט ער גאָר אָפּצופרעגן אזא מגלה עמוקותי, אזא עוקר הרים?.. און װאָס איז דאָס ביכלאל פאר א טעווע זיך אנטקעגנשטעלן די גרויסע רישוינים אונדזערע, און ביכ- לאל אן עלטערן פאר זיך... איר פארגעסט, אז איר זײַנט נאָך דערװײַל מער ניט וי יונגע נארישע ציגן.
איז יויעלן דעמלט אײַנגעפאלן צו בארויַקן דעם טאטן דאפקע מיט שטילע רייד אוֹן גאנץ ביטמימעס:
-- מיר זאָגן זיך ניט אָפּ פון אָפּגעבן קאָװעד די עלטערע, און מיר נייגן דעם קאָפּ פאר דער גרױיסקײַט פון די רישוינים. מיר ווייסן אויך, אז מיר זײַנען יונגע ווילדע ציגן. נאָר מיר זײַנען אין דער בכינע פון אָט דעם ציגעלע, װאָס דער פּאסטעך טראָגט נאָך אף די הענט, און האגאם מיר זײַנען נארישער פון דער גאנצער טשערעדע, זיצן מיר, פונדעסטוועגן, אף די הויכע אקסל פונעם פּאסטעך, און מיר זעען א סאך װײַטער און בעסער פון אלע איבעריקע.
ער האָט געהאלטן איצט בא אן אינװייניקסטן שמייכל טאָן אין זיך, נאָר ער האָט דערזען, װי דער טאטע איז דערשיטערט, האָט ער געפּרוּװוט צו אים ריידן וי צו אן אָװל, מיט מענאכעם-אָװולדיקע אויסדרוקן. נאָר דער טאטע האָט זיך ניט געלאָזט טרייסטן. ער האָט ניט געװאָלט בעשום-אויפן זיך צושפּארן צו דער וואנט אף א דרעמל טאָן. פון אופשטיין און גיין אפן געלעגער האָט קיין רייד ניט געקאָנט זײַן. איז יויעל אזוי אײַנגעשלאָפן אָט דאָ לעבן אים, מיט א הויפן גראָז צוקאָפּנס, און אז ער האָט זיך אופגעכאפּט, איז דער טאטע נאָך אלץ געזעסן אפן זעלבן אָװליפענקעלע און האָט אפילע ניט געװאָלט טראכטן זיך רירן פונעם אָרט. ער איז הײַנט פּאָטער פון אלע מצוות עשה". ער דארף ניט טפילע טאָן, ניט מאכן קיין בראָכע איבער גאָרניט ניט און אויך ניט טויעם זײַן. אוב גאָט װעט אים נאָר געבן קויעך, װעט ער פאסטן און טרויערן גאנצע דרײַ טעג. דאָס איז דאָס ערשטע. דערנאָך װעט מען זען.
אינעם געמיינזאמען עסיזאל איז דער לאנגער דעמבענער טיש געווען איצט אָן א צודעק. יויעל האָט אף אים דאָס ערשטע מאָל געזען דעם געמעל: ייִצכאָק בא דער אקיידע. דער אוילעם אָרכים, װער ס'איז געשטאנען באם קופּערנעם קיִער אף צו וואשן די הענט, װער ס'האָט שוין די נאסע הענט אָפּגעװישט מיט די גראָזיבלעטער, וועלכע ליגן דאָ אויך צעװאָרפן אפן דיל. די האנטעכער זײַנען געהאנגען פארשעמט, און קיינער האָט זיך צו זיי ניט צוגע- רירט. אייניקע האָבן די הענט געלאָזט אָפּטריקענען פון זיך אליין. דאָס איז געווען אן אָנצו- הערעניש אף טכיעס-האמייסים. װײַל יעדער גרעזל דאָ איז אן אָנדײַטונג אף דעם, אז די מייסים װועלן ארויסשפּראָצן װוי דאָס גראָז אין פעלד.
צו דער סעודת הבראה" איז מען נאָך דערװײַל ניט צוגעטראָטן. מע ווארט, אפּאָנעם, אפן
1 עניש קעכאַציר יאָמאָוו -- א מענטשנס לעבן איז װי א גרעזל; ? יעהודע האלייוויס א בארימט װערק: * מאכלאס האומאן -- קרענק פון דער צײַט: + מעגאלע אמוקויס -- אופדעקער פון די טיפע- נישן! * אקיר האָרים -- אופרײַסער פון בערג: ? מיצוויס אסיי -- מיצװועס, װאָס דארפן געטאָן װערן; * סעודאס האווראָאָ --- טרויער-מאָלצײַט.
12
באלעבאָס, אפן נאָסי איבן שעשעט. אכוץ דעם אלטן יויסעף בען מעיָר, יויעלס טאטע, פעלט שוין דאָ קיינער ניט פון זײַנע אָרכים ניכבאָדים:. אפילע איבן סיגאל זיצט דאָ איינער אליין בא דער מײַרעװ-וואנט, אף דער נאָרװאָס ארײַנגעבראכטער באנק פאר אוויילים. זי איז ני- דעריק און פארנעמט קימאט די גאנצע לענג פון וואנט צו וואנט. די אלע איבעריקע בענק און בענקלעך זײַנען פונדאנען ארױיסגעטראָגן געװאָרן. דער טיש איז אָנגעשטעלט מיט שיסלען ארבעס, און אף דער נאקעט-הוילער ברעט זײַנען אָנגעװאָרפן בייגל מיט אייער, אלס א זייכער, אז דעם מענטשנס לעבן קײַקלט זיך צום אָפּגרונט און אלץ פארגייט.
יויעל האָט ניט באלד דערזען דעם פעטער שעמטאָו, װאָס איז ארײַן אהער מיט איבן שעשעטן צװישן אן אוילעם מעקוראָװים אָן א גוט-מאָרגן, גלײַך װי דער בארמינען װאָלט געלעגן דאָ אין כיידער. יויעל האָט מיט כידעש באטראכט דעם אומעטיק-דערשלאָגענעם איבן סיגאלן. עפּעס האָט דאָ בוילעטער אראָפּגעקוקט פון אים דער עלנט און די אָפּגעזונדערטקײַט זײַנע. ער האָט אפילע געװאָלט צוגיין צום דיכטער און אים אָנװײַזן אף אייניקע פונעם אוילעם, װאָס זײַנען געװען שטארקע קעגנער פונעם ניפטער. ער אליין איז אויך װײַט פון זײַנע כסידים.. און דאָך זאָל ער זען, װי דער טרויער האָט אלעמען באגלײַך ארומגעכאפּט. דעם קאטייגער?, פּונקט אזוי װי דעם סאנייגער?. װײַל דער שוכן עפר! איז געווען מיט זײַן פאָלק: זײַן בלוט און פלייש. ער האָט זיך פון זײַנע ברידער קיינמאָל ניט אָפּגעשאָקלט. ניט אין די גוטע, און אין די שלעכטע צײַטן אוואדע און אוואדע ניט.
יויעל װאָלט דאָס אים פארשפּאָרט זאָגן. איבן סיגאל אליין האָט דעמלט געטראכט קימאט דאָס זעלבע, נאָר אף אן אייגענעם אויפן. , אין בעסטן פאל.-- האָט ער צו זיך געזאָגט--- מע זאָל אים אפילע געווען לאָזן בלײַבן בא זײַן רום און בא זײַן געדולע, װאָלט נאָך זײַן טוט זיך עפשער פארקלענערט די צאָל פון די ניט פארגינער, אָבער אף זייער אָרט װאָלטן זיך געמערט די דוברי שקר". װאָס װאָלט מען ניט ארופגעוואלגערט אף אים נאָכן טױט? ווען מע האָט באם לעבן, און אין די גוטע צײַטן, צו אים קיין צוטרוי ניט געהאט. ווען אפילע דער גוטער קאליף און אנדערע פון זײַנע נאָענטע פרײַנט האָבן אים געהאלטן פאר א צוגעוואקסע- נעם פרעמדן אייווער צו זייער אױסגעטאָקטן קערפּער. איז װאָס דאָבן זיי זיך צו גרויסן מיט א שטיקל ווילדפלייש, װאָס אז מע װויל, קאָן מען עס לאָזן, און אז מע דארף, קאָן מען עס לײַכט באזײַטיקן. אן אנדער זאך איז מיט אָט דעם געשטאָרבענעם, וועגן וועלכן ער ווייסט אזוי װײיניק. דאָס איינציקע, װאָס ער האָט שוין דאָ געהערט, איז, אז דער מענטש האָט געהאט א סאך קעגנער, און בא אייניקע אפילע האָט ער ארויסגערופן סינע. אָבער ס'לאָזט זיך פילן אויך בא זיי, אז זיי האָבן אים אָנגעװוירן. אז ער איז זייערער, און אז מיט זײַן טוט איז פון זיי עפּעס אָפּגענומען געװאָרן. דאָס באװײַזט דער טרויער, װאָס האָט ארומגעכאפּט ניט נאָר אָט דאָס הויז, נאָר א גאנצע שטאָט מיט ייִדן".
איבן סיגאל איז געווען דערבײ, װען מיט א שליכעס פון די ניט-יידישע שטאָט-בירגער האָט זיך ארײַנגעריסן א רוישיקע קנופיע צו איבן שעשעטן מיט טײַנעס און טארומעס: ס'איז געבליבן אָנדערהאלבן װאָכן צו דער ניטלינאכט, און די ייִדן מיינען אף גאנצע זיבן טעג האלטן פארמאכט זייערע װײַןיקעלטערס! מע האָט נאָך הײַנט די לאָדנס פון די וארי שטאט-הײַזער ניט געעפנט. אינמיטן א װאָכעדיקן טאָג זײַנען די וועבשטולן שטום געװאָרן.. און װוּ האָבן זיך אהינגעטאָן די קופּערשמידן און די טעפּער? װוּ איז אהינגעקומען דער קוישנפלעכטער?! די סאנדאלן-מאכער?! די שטריק-דרײיער? װוּ װעט מען צו די פשערלעכע טעג אײַנקויפן אלץ, װאָס מע דארף האָבן נײיטיק?
איבן שעשעט האָט זיי קוים בארויקט. מער װי דרײַ מעסלעס װעלן די ייִדן ניט טרויערן. דערנאָך װעט אלץ אװועק אזוי, װי ס'איז געווען. ער זיצט איצט, דער נאָסי, מיטן פּאָנעם צו דער וואנט און קײַט א שטיקל בייגל מיט אן אָפּגעשײלט איי. אלע עסן דאָ שטייענדיק און אָפּגעקערט פונעם טיש, װער צו איין וואנט און װער צו א צווייטער. צוליבן קאָװעד פונעם מעס, װאָס װאָלט װי געלעגן דערבל, און ס'איז ניטאָ מער װי אָט דער איין כיידער, עסט מען בעכיפּאָזן און אין א זײַט, בעיעכידעס.
דאָ האָט יויעל דערזען דעם פעטער שעמטאָו, ווען ער האָט זיך צום טיש אויסגעדרייט אף אָנצונעמען מיט די פינגער א ביסל ארבעס אף דער דלאָניע. אָן א װאָרט צו זאָגן האָט דער פעטער א מילד ווארעמען קוק געטאָן אפן זון פון זײַן װײַבס ברודער און מיט א מינע, גלײַך װי ער װאָלט פון פריער געװוּסט, אז ער װעט אים דאָ טרעפן, נאָר ניט איצט איז די
: כאָשעװע געסט; ? קאטייגער -- באשולדיקערו * סאנייגער -- פארטיידיקער; + שויכיין אָפּאָר -- פארשטאָרבענער; * דויווריי שעקער -- ליגנערס,
13
צײַט אף שאָלעם אָפּגעבן. יויעל איז נישטוימעם געװאָרן: װי קומט ער פּלוצעם אהער! א צעטומלטער, האָט ער זיך נאָך װײַטער אָפּגערוקט פונעם אוילעם און האָט זיך בישטיקע ארויסגעכאפּט, קעדיי אָנצוזאָגן די בסורע דעם טאטן.
דאָס פערטע קאפּיטל טויט און לעבן
דער אלטער זאבארע איז ניט שטארק ניספּאָעל געװאָרן פונעם זונס צעטומלטן ארײַנרײַסן זיך מיט דער אויסערגעוויינלעכער יעדיע, אז דער פעטער שעמטאָוו איז געקומען צו פאָרן. ער האָט דעם שװאָגער געזען נאָך נעכטן װי נאָר יענער האָט זיך אהער ארײַנגעשטעלט מיט דער װויסטער בסורע. ס'איז נאָך געווען װײַט צו שקיע, אָבער אויסהערנדיק די בסורע, איז אים פינצטער געװאָרן די װעלט, און ער איז געפאלן אין כאלאָשעס. אזא גזאר מין האשאָמאיִם!.. װער האָט זיך געקאָנט ריכטן, אז אין איינער פון די לאנגע טייוועס"נעכט, אין דער זעלביקער צײַט, ווען ער, יויסעף בען מעיֵר, האָט נאָך עפשער מיט האסמאָדע געפּײַלט די פערזן פון דער האקדאָמע צו זײַן ספר שעשועים, האָט דער גרויסער ראמבאם אויסגעהויכט זײַן נעשאָמע און ס'איז מת בנשיקה:! געװאָרן דער מענטש, װאָס מע קאָן אף אים מיט רעכט זאָגן ממשה עד משה לא קם כמשה?.
זיצט ער איצט אן אָנגעבױגענער איבער א מעסיכטע, װוּ ס'רעדט זיך וועגן טוט, און ער וויל דעם קאָפּ ניט אופהייבן. יויעל טײַנעט מיט אים, אז אלע זײַנען שוין אין דער עס-שטוב, און ס'איז שוין צײַט, אז ער זאָל אויך גיין עפּעס טויעם זײַן. דערציילט ער דעם זון, װאָס דער פעטער שעמטאָװו האָט איבערגעגעבן: אין מאָסטאט, װאָס לעבן קאיר, האָט די גאנצע באפעל- קערונג, די ייִדן, װי די מוסולמענער, געמאָלדן א דרײַטאָגיקן טרויער. אין יערושאָלאים איז אויך געווען א טאָנעס, און אפן גאנצן וועג פון מיצראים ביז דער שטאָט טיבעריע, װוּ מע האָט דעם ניפטער צו קװוּרע געבראכט, האָבן קינד-און-קייט קריע געריסן.
דער זון העלפט אים זיך אופהייבן פון אָװליבענקעלע, ער דארף גיין לעצוירעך?, נאָר ער לאָזט ניט, מע זאָל אים באגלייטן. איז ער דאָ געבליבן אליין, יויעל. ער קוקט ארײַן אין דער מעסיכטע, און אף דער צווייטער זײַט פונעם שארבלאט, אפן האלב ליידיקן שטיק פּארמעט, דערזעט ער דעם טאטנס קסאוו. ,סוף אדם למות"! איז אָנגעשריבן מיט גרויסע אויסיעס פון אויבן, און נידעריקער א ביסל: .בכ' טבת התקס'ה לבריאת העולם בלע המות לנצח", צו זײַנע זיבעציק יאָר, דעם , מאור עינים"" אונדזערן, דעם מויריינו װעראביינו מוישע בען מײַמאָן.
און דאָ האָט יויעלן א בליץ געטאָן א געדאנק:
-- ער איז דאָך ניסטאלעק געװאָרן לױט דער קריסטלעכער צײַטירעכענונג דעם דרײַצנטן, -- איז דאָס ניט.א רעמעז אף זײַנע דרײַצן אניימײַמינס?'. די צאָל דרײַצן.. מע קען זיך דאָ ברעכן דעם קאָפּ אף עפּעס אויסצוגעפינען א מין סיתרי דרזין.. נאָר װעגן װאָס טראכט ער איצט, אז מע דארף גאָר אין זינען האָבן, ויאזוי צו װוירקן, אז דער טאטע זאָל זיך אָפּזאָגן פון זײַן דרײַטאָגיקן טאָנעס? ער, יויעל אליין, װעט שוין בא אים גאָרנישט ניט פּױעלן. מע דארף זיך דערשלאָגן צום נאָסי, ראק זײַן ארײַנמישן זיך קען עפּעס האָבן א מאמאָשעס.
אין דעם נאָסי איבן שעשעטס גרויסן אופנעם-צימער האָט ער געטראָפן אויך זײַן פעטער שעמטאָון, וועלכער האָט דאָ באװיליקט אים ארומצונעמען און אים א קוש טאָן אין ביידע באקן. יויעל האָט געפרעגט אף דער מומע טעכיע און האָט זיך באלד גענומען באקלאָגן אפן טאטן:
-- בא זײַן עלטער און בא זײַן איצטיקן געזונט קאָן אים אזא לאנגער טאָנעס, כאס-װועכאָ- לילע, שטארק פארשאטן. ס'איז שוין באלד אדורך דער צווייטער מעסלעס, און ער וויל אָנ" האלטן די פּײַן גאנצע דרײַ טעג.
: מייס בינשיקאַ-- געשטאָרבן מיט א קוש: ? מימױישע אד מױשע לױ קאָם קעמױישע -- פון מױ" שע ראביינו ביזן ראמבאם איז ניט געװען נאַך עמעץ, װאָס זאָל צוגעגליכן װערן צו מוישע בען מײַי מאָן (דה. צום ראמבאם); * אף באדערפעניש: * סאָף אָדאָם לעמאַװויס -- דער סאָף פונעם מענטשן איז דער טױט; * בעכאָף טייווייס היי טאָוו-קוף סאמעך הי ליבריאס האָױלאָס באָלא האמאַװעס לאָנעצאך-- דעם צוואנציקסטן טייוועס יאָר 5565 פון וועלט-באשאף האָט דער טוט צוגענומען אף אײביק! * מעױר איינאים -- ליכט פון די אױגן! 1 דרײַצן אני-מײַמינס -- די דרײַצן איקערדיקע פּונקטן פון ייִדישן גלויבן, װאַָס דער ראמבאם האָט אופגעשטעלט; * סיסריי דעראָזין -- באהאלטענע סױידעס.
144 *ן
-- ער איז מעשוגע! צי כאָסערדײע?--איז דער פעטער אופגעבראכט געװאָרן און איז גרייט געווען שוין לויפן צו אים און אים דערלאנגען א גאָב װי ס'באדארף צו זײַן.
איבן שעשעט, דער האדרעספּאָנעמדיקער זאָקן, װאָס איז בעערעך א צענדליק יאָר עלטער פונעם אלטן זאבארען, האָט אים אָפּגעהאלטן דערפון. ער האָט א מילדן שמייכל געטאָן און געזאָגט שטיל, וי ער װאָלט גערעדט צו זיך;
-- דער ראמבאם אליין זכר צדיק לברכה! האָט שוין אמאָל געהאט געזאָגט: לולא המשתגעים נשאר העולם חרב". די מעשוגאס װעט אים איבערגיין, נישקאָשע, --טוט ער א ברייטערן שמייכל צו יױעלן, און דעם פעטער שעמטאָו, דעם כאָשעװן רײַזנדער און געשעפטסמאן, האלט ער נאָך אלץ פארן ארבל,-- זאָל ער זיך נאָר גוט אויסהונגערן, װעט ער קליגער װערן. ער װעט אליין קומען זיך בעטן, מע זאָל אים עפּעס געבן אין מויל ארײַן
-- איך האָב מוירע דאָס צו דערלאָזן. עס װעלן אים, כאָלילע, אויסגיין די קויכעס;-- האָט יויעל פארזאָרגט זיך געסאָפעקט, צי ס'איז רעכט אזוי,-- איך ווייס זײַן מייכעש. ער לײַדט איצט מיט אזויפיל כולשעס?.
-- אוב אזוי,-- האָט זיך איבן שעשעט א הייב געטאָן פון זײַן מאלכוס-שטול,-- איז לאָמיר שוין גיין צו אים,-- און אינדרײַען האָבן זיי זיך געלאָזט דורך די פיל כאדאָרים צום אלטן זאבארען.
דער אלטער האָט זיך ניט אזוי גרינג אונטערגעגעבן. אפן זון איז ער געװוען לעהארעג אולעאבעד!, האלעמײַ ער איז אים געגאנגען פארקלאָגן, גלײַך װי ער אליין װאָלט געווען עפּעס א בריע אָן דאאס, װאָס פארשטייט גאָרניט אין די איניאָנײ האגוף. ער קאָן נאָך באָרעך-הא- שעם אויסקומען אָן אכילע אושטיע? אוועלכע דרײַ מעסלעס. אין הילכעס מזון ומחיה" מעגן זיך נאָך בא אים לערנען אזעלכע גדוילים און מעווינים, װי דער זון זײַנער... און װאָס וויל בא אים פּױעלן דער שיינער שװאָגער זײַנער שעמטאָװ? װאָס האָט ער זיך ביכלאל צו מישן אין דער האנהאָגע זײַנער בא אזא גרויסער צאָרע?.. אים, דעם געשעפטסמאן, האָט עס, פאר- שטייט זיך, װייניקער געטראָפן, װי די מענטשן פון גײַסט. זײַנע קאראוואנען אף דער יאבאָשע וועלן ניט פארלוירן גיין, און אויך זײַנע שיפן אפן יאם װעלן פון דערפון ניט אײַנזינקען
אז ער האָט דאָס אלץ ארויסגעבראכט גאנץ אָפן און מיט נאָך שארפערע דיבורים, האָט דער שװאָגער שעמטאָוו געקוקט אף אים מיט א מין גוטמוטיקײַט, גלײַך װי ס'װאָלט אים גאנץ ניכע געווען דאָס אויסצוהערן. ער װאָלט נאָך א לאך געטאָן, װען דאָס זאָל זײַן אין אן אנ- דער צײַט און ניט בא אזעלכע אומשטענדן. ס'װאָלט אים אפילע ניט אָפּגעשטעלט דאָס דער- ציילן די דערמאָנונג, װאָס איז אים נאָרװאָס ארוף אפן געדאנק. זיי װאָלטן דאָ אלע מיט אים גאנץ געשמאק מיטגעלאכט.
דאָס איז געװוען נאָך אין די גאָר יונגע יאָרן. באלד װי ער האָט כאסענע געהאט מיט דער שוועסטער פון אָט דעם ייִדן, וועלכער איז אָבער דעמלט נאָך ניט געווען אזא קײַסן, -- טוט ער א װאָרף א בליק אף זאבארען, -- איז געקומען צו עפּעס א מאכלויקעס מיט אים, ער גע- דענקט שוין אפילע ניט, וועגן װאָס ס'האָט זיך דעמלט געהאנדלט, נאָר דאָס האָט ער גוט פאר- געדענקט און בא דער גאנצער מישפּאָכע איז עס געבליבן לעזיקאָרן. אז מע האָט אמאָל געװאָלט א שפּאס טאָן, פלעגט מען איבערכאזערן די ווערטער, און מיטן זעלבן טאָן, װי ער, האָט מען עס דעמלט מיט קאס ארויסגעבראכט:
-- דו ביסט בא מיר א קליינער מעיוכעס! מיט מײַן שיינער שװעסטער װאָלטן זיך גע- פונען שענערע באלאָנים פון דיר אף צו שלאָפן גיין...
קוקט ער איצט אפן בייזן זאבארען, װאָס איז ייִנגער פון אים און אויך פון איבן שעשעטן, וועלכער איז עלטער פון זי ביידע, און באמערקט ערשט, װי שטארק ס'האָט זיך אפן שװאָ- גער זײַנעם אָנגערוקט די זיקנע פאר די לעצטע פּאָר יאָר, װאָס זיי האָבן זיך ניט געזען. כוץ דעם טרויער-צושטאנד, װאָס האלט אים איצט אזוי געבויגן, קאָן ניט געפעלן דער פּארמעט- קאָליר פון זײַן קרענקלעך געקנייטשטן פּאָנעם. דאָס איז דאָך ניט געװאָרן פאר דעם איינעם לעצטן מעסלעס. מע קאָן פארשטיין דאָס אָפּגעשוואכטע קאָל זײַנס בייסן ביטערן אײַנאקשענען זיך אין דער אמפּערײַ מיטן נאָסי. ער פילט, וי אומגערעכט ער איז. ס'איז פאר אים, אפּאָי נעם, סאם-האמאָוועס דאָס דורכלאָזן איצט א טאָג א גאנצן און עפּעס ניט טויעם זײַן. ייעל האלט אין איין באשטיין, אז בא דער מאכלע, װאָס לאָזט אים ניט אָפּ שוין קאמע וועקאמע כא- דאָשים, נאָגט אים די גאנצע צײַט אונטערן לעפעלע, און ער מוז אלעמאָל צוביסלעכװײַז, נאָך יעדע דרײַ-פיר שאָ, עפּעס נעמען אין מויל ארײַן. ביז איבן שעשעט האָט ניט גענומען װאָרע-
1 זײיכער צאדיק ליװראָכאָ --געבענטשט זאָל זײַן דעם צאדיקס אָנדענקוּ ? לוליי האמישטאגים נישאר האָוילאָם כאָרײוו -- ווען ניט די מעשוגאָיִם, װאָלט די װעלט געבליבן כאָרעוװ; * שװואכקײַטן + שטארק אופגעבראכט: * עסן און טרינקעןן; 5 מאָזוין אומיכיע -- שפּײַז און אויסקומעניש.
פ1
נען, אז ער װעט מיט אים אופהערן האָבן א מאגעמאסע, אויב ער װעט ניט איבערײַסן דעם טאָנעס. דאָס האָט געהאט א שטיקל פּולע. ער האָט געגעבן די האסקאָמע נאָר מיט א טנפ. ער װעט עס טאָן נאָך זוןזאונטערגאנג, און אויך מאָרגן און איבערמאָרגן װעט ער אזוי טאָן: טויעם זײַן איין מאָל אין טאָג נאָך זוןדפארגאנג.
שעמטאָוװו האָט זיך נאָך געװאָלט פארהאלטן דאָ און אויסדערציילן דעם שװאָגער זײַנעם וועגן די שיפן, װאָס זײַנען אים שוין דאפקע יאָ אונטערגעגאן. נאָר יויעל איז באשטאנען, אז אויב ווארטן מיט אָפּפאסטן ביזן זוןדפארגאנג, זאָל זיך דער טאטע לעכאָלהאפּאָכעס צולייגן א דרעמל טאָן. ער האָט דאָך די גאנצע נאכט מיט קיין אויג ניט צוגעמאכט. האָבן זיי אים אלע דרײַ געמוזט אליין לאָזן, ווען ער האָט זיך שוין אפן געלעגער צוגעשפּארט, און ס'האָבן זיך אים אָנגעהױבן קלעפּן די אויגן.
שעמטאָוו האָט בעעמעס פארלאָרן א גרויסן פארמעגן אינעם פערטן כוידעש פונעם קריי סטלעכן טויזנט צוויי הונדערט פערטן יאָר. ער איז פארפאָרן מיט א גרויס אייגנס אין דער רײַכסטער װעלט-שטאָט קושטינדינע, װאָס די ייִשמעיילים רופן זי איסטאמבול, א קליין שטיקל צײַט איידער די שטאָט איז געפאלן. ער האָט זיך דאָרט באזעצט אפן צוייטן ברעג פונעם גאָלדענעם האָרן", אינעם ייִדישן פערטל, װאָס טראָגט דעם נאָמען דער קופּערימארק. דאָס בעקאָיועדיקע הויז, װוּ ער האָט זיך אָפּגעשטעלט, האָט געהערט צום פּארנעס עליאָקום און איז געשטאנען קעגניבער דעם קלויסטער, װאָס איז אמאָל געװען א בייס-האקנעסעס. מע דערציילט נאָך איצט, אז אין די צײַטן פונעם קיניג יוסטינלאן דעם ערשטן, װאָס האָט פאר- באָטן, דער ייִדישער פּייסעך זאָל אויספאלן פריער פארן קריסטלעכן, האָט מען אין אָט דער טומע ארײַנגעבראכט אייניקע גאָלדענע קיילים פונעם בייסהאמיקדעש, נאָר זיי זײַנען דאָרט לאנג ניט פארבליבן. מע האָט גענומען רעדן, אז דאָס קאָן ברענגען צו אן אומגליק פאר דער שטאָט, וי ס'איז געשען מיט רוים. זײַנען פון דאָרטן מיטאמאָל די קיילים פארשװווּנדן, און אדהײַעם ווייסט מען ניט, װער ס'האָט זיי פארטאכלעוועט, די שטאַטיהערשער צי די באלע- באטים פונעם קלויסטער-ראט. האָט נאָך עפשער געקאָנט בלײַבן א שפּור דערפון בא וועמען- ס'איז פון די גײַסטלעכע יאָרשים? שעמטאָװו האָט זיך פארינטערעסירט מיט אָט דער מעגלעך צוגעטראכטער געשיכטע. װען ער זאָל געפינען אװעלכן-ס'איז סימען, א מינדסטן אָנדײַט, װאָס זאָל האָבן א שײַכעס צו אָט די פארלוירענע הײליקײַטן, װאָלט ער אף אָט אזא פּדיון שבוים! ניט געקארגט דאָס גאנצע האָב-און-גוטס, װאָס ער האָט אהער ארײַנגעבראכט. האָט מען אים דאָ אויסגעלאכט. די רײַכע זײַדציכטלער, די היגע גווירים-אדירים, אזעלכע, װי יאסים סארגענא אָדער אראָן קוסטיפא, װאָלטן אליין באלאָנים געװען אף אָט דעם קדושע" קיניען. אפילע פּאָשעטע ייִדן באלמעלאָכעס, די, װאָס לײַדן פון זייערע שכיינים די צעך-מפי- סטערס קאָלערלײי פּוראָנלעסן, װאָלטן זיך פאר קנעכט פארקויפט, ווען זיי ווייסן, אז דערמיט וועלן זיי אויסלייזן אפילע א שערבל פון א שטיקל קיילע, װאָס האָט אמאָל געהערט צום בייסהאמיקדעש.
דער היגער געלערנטער אווטאליען האָט דערציילט שעמטאָװון װעגן די שווערע ליידן, װאָס דאָס אָרעמע פאָלק' מוז דאָ אריבערטראָגן. מע קאָן א ייִדן אינמיטן טאָג גלאט אזוי, אָן א פארװאָס, אָנברעכן די ביינער, און דאָס פאר אלעמען אין די אויגן. מע קאָן אים נייטן, ער זאָל איבערטראָגן א שװוער געפּעק אף זײַנע דארע פּלײצעס, צי עפּעס אן אנדער שװערע מעלאָכע אָפּטאָן פאר א קריסט א נויקעם-ווענויטער. די קריסטלעכע קאצאָווים און פעל-ישינ- דער באווארפן א ייִדן, װאָס פּאקט זיך זיי, מיט דער דרויב סראָכע, ס'זאָלן אים באפאלן די הונגעריקע הינט. די גארבערס גיסן אויס דאָס קויטיקע וואסער פאר די שװועלן פון די ייַדישע הײַזער, און מע טאָר זיי קיין װאָרט ניט זאָגן. א ייַד טאָר דאָרט ניַט רײַטן אף קיין פערד, דאָס רעכנט זיך פאר א פארברעכן. שעמטאָװו האָט דאָרט געהאט א באגעגעניש מיט א יונגן ייִדן, װאָס האָט יאָ געהאט רעכט צו פאָרן רײַטנדיק אף א פערד. די דאָזיקע רעכט זײַנען אים אריבער בעיערושע פון זײַן פאָטער שלוימע האמיצרי, דעם לײַבמעדיק פונעם אימפּערא- טאָר עמאנועל קאָמנען. די פּני העיר?, פונעם פּארנעס-קוידעש ביז די װײַנציכטלער, און אנ- דערע רײַכע סאָכרים זײַנען אים רעכט מעקאנע אף דערוף. ס'איז נאָך ניט געווען דער פאל, אז ער פון די אפילע מערסטן פארמעגלעכע זאָל זיך דאָ קאָנען דערשלאָגן צו אזא קאָװעד. איז װאָס קאָן מען העלפן, אז מע איז אזוי אין גאָלעס! מע האָט זיך געמוזט צוגעוווינען ניט נאָר צו אזא מין שיפלעס. מע איז געװווינט געװאָרן צו א סאך ערגערע צאָרעס. מיט גרויס סאװלאָנעס? און אין שטענדיקער מוירע פארן מאָרגעדיקן טאָג, װאָס קאָן ברענגען נאָך גרע-
1 פידיוין שׁװוּים -- אויסלייזן געפאנגענע; 2 פּניי-האָיר---די אָנגעזעענע מענטשן פון שטאָט; * געדולד.
1--0 16
סערע פּוראָניעסן, האָט מען אָפּגעשטופּט די כײַעישאָ, ביז ס'איז װי פונעם הימל אראָפּגע- פאלן אָט דער יום נוראי, ניט נאָר פאר די ייַדן, נאָר פאר אלע טוישווים פון אָט דער אומ- גליקלעך-זינדיקער שטאָט.
שעמטאָװוו האָט דעמלט דאָרט פארלוירן א גרויס פארמעגן, און ער איז קוים מיטן לעבן ארויס. ער װאָלט געמעגט זאָגן אני הגבר?, איך בין דער מאן, װאָס קאָן ביפרויטרויט דער- ציילן, ויאזוי און פארװאָס דאָס אלץ איז געשען.
וועגן דעם , פארװאָס" האָט איבן שעשעט אליין גאנץ גוט געװוּסט. נאָך עפשער מערער און בעסער פון שעמטאָװן. װען ער איז נאָך געװוען מיט זײַן קיניג אין רוים, האָט ער שוין געהאט געהערט וװעגן די געהיימע פּלענער פונעם װענעציאנער דאָזש הענריקע דאָנדאָלאָ. דאָס איז שוין געװען נאָכן אײַנעמען און כאָרעװו מאכן די אונגארישע שטאָט זאנדאר. דער פּופּסט גופע האָט מויכל געווען דאָס פארניכטן א קריסטלעכע שטאָט דורך די קרייצטרע- גער אונטערן טערעץ, אז צוליב א גרויסער הײליקער היסכײַװעס קאָן מען זיך אמאָל דער- לויבן אף א קליין ביסעלע רישעס. די ,גרויסע הייליקע היסכײַװעס" האָט, פארשטייט זיך, געדארפט באטײַטן: דאָס אײַנעמען די שטאָט יערושאָלאיִם און באפרײַען דעם קייווער פונעם געקרייציקטן. די ווענעצ;אנער אָבער האָבן שוין דעמלט גאָר עפּעס אנדערש אין זינען געהאט. די גרויסע סאָכרים, די שיף-אייגנטימער, די געלט-מאגנאטן פון ווענעציע -- פאר זיי אלעמען האָט דאָס רײַכע ביזאנץ געשטעקט וי א דאָרן אין אויג, סײַ צוליב די קאָנקורענץ-טײַמים אפן לעוואנטישן האנדלס-מארק, װי אויך צוליב די פארבאָרגענע אומגעהייער-רײַכע אויצרעס, וועלכע געפינען זיך דאָרט. איז ויאזוי לאָזט מען דורך אזא גליקלעכע געלעגנהײַט זיך ניט ארײַנמישן אינעם בלוטיקן קריג צװישן דעם אראָפּגעשלײַדערטן קיניג איסאק אנגעל מיטן איצטיקן אימפּעראטאָר אלעקסי דער דריטער! ביפראט נאָך, אז אויך דער הײליקער פאָטער, דער פּױפּסט, איז שוין איצט בא דער מיינונג, אז די קריסטן, וועלכע האָבן זיך פאראקשנט אין דעם ניט װעלן אונטערווארפן זיך דער מאכט פון דער אפּאָסטאָלישער קירך, דער קירך פונעם הײיליקן פּעטרוס, זײַנען ערגער פון די סאראצינער.
איבן שעשעט האָט נאָך דעמלט אָפּגערעדט זײַן קיניג פון זיך לאָזן ארײַנציען אין אָט דער נײַער אוואנטיורע. איצט האָט ער קיין כאראָטע ניט און איז רעכט צופרידן, װאָס דער קיניג האָט זיך צוגעהערט צו זײַנע רייד. לוט װי מע שמועסט און װי שעמטאָװו דער עד"ראיהב דערציילט, איז נאָך אף דער װעלט ניט געהערט געװאָרן אזא בלוט-באָד. הײַנט דעם כורבן, װאָס זיי האָבן דאָרט אָנגעמאכט, וי נאָר זיי האָבן אײַנגענומען די שטאָט! די שטאָט, װאָס בא ייִדן הייסט זי קושטינא, בא די קריסטן קאַנסטאנטינאָפּאָל און בא די ייַשמאָיילים איסטאמבול, האָט אין זיך פארמאָגט אזויפיל פּראכט און אשירעס, אז פון זינט יעציראס האָױלאָם! האָט מען אין קיין שום אנדער קראך פון אזוינס ניט געהערט און ניט געזען. גלײַך װי מע װאָלט פון אלע וועלט-טיילן צונויפגעפירט אהער דאָס גאנצע האָב-און"גוטס פון גאָלד און פון זיל- בער, פון די טײַערסטע איידלשטיינער, ווערטפולסטע כפייצים און אויצרעס גאנצע מיט אויסארבעטונגען און קונסט-ווערק, מיט זעלטענע קסאוויאדן און הייליקע רעליקויעס. פון דעם אלעמען איז געװאָרן א טעל אוילעם, אָפער-וועייפער -- אש און פּאָרעך. אין א וויסטע- ניש האָבן זי די שטאָט פארוואנדלט. זי איז כאָרעװ-װעניכרעוו געװאָרן.
שעמטאָוו דערציילט, אז װי נאָר די קרייצטרעגער האָבן זיך ארײַנגעריסן אין שטאָט, האָט די אָרטיקע באפעלקערונג גענומען רויבן און פלינדערן די ייִדישע הײַזער. דאָס גאנצע ייִדן-פערטל איז װוי באפאלן געװאָרן אינמיטן העלן טאָג פון א קאָהאָרטע רויבער און גאזלאָ- נים. די דאָזיקע מענוּװאָלים האָבן זיך ניט געריכט, אז הינטער זייערע פּלײיצעס האָט זיך שוין פאנאנדערגעפלאקערט פּונקט אזא גאזלעװואָי איבער זיי אליין, איבער זייערע הײַזער און װײַב און קינדער, איבער זייערע פארמעגנס און האָב-און"גוטס פון זייער שטאָט. דאָס גאָטספאָרכ- טיקע כֹאיַל האָט זיך באלד צוגעכאפּט צו די פּאלאצן און קלויסטערס, צו די סכוירע-לאגערן און גלאט וװויןיהײַזער. זיי האָבן זיך אויך ניט אָפּגעשטעלט אונטערצוצינדן א הויז, ווען זי האָבן כוישעד געווען, אז דאָרט קאָנען זי זיך אָנשטױסן אף א ווידערשטאנד. דאָס פּײַער האָט זיך איבערגעװאָרפן פון הויז צו הויז, פון גאס צו גאס. אין א צײַט ארום זײַנען שוין גע- שטאנען אין פלאמען פארשיידענע טיילן שטאָט, און דער פלאקער איז געוואקסן באנאנד מיט דער וואקכאנאליע פון אָנשטאָפּן די רויב-זעק, פון מאָרדעװען און שלאָגן ביז צום טויט, פון פארגוואלדיקן פרויען און זיך איזדיעקעווען איבער זיי. אין דעם זינען זײַנען פון די גאזלאָ- נים-ריטער אין די שווערע פּאנצערן ניט אָפּנעשטאנען אויך די רויבער אין די לאנגע סוטא-
: יוים'נויראַ -- שרעקלעכער טאָג ? אני האגעװער; 5 אייד'ריע -- אן איידעס, װאָס האָט געזען דאָס געשעענע; + וועלט-באשאף.
17
נעס. די קאטוילישע גײַסטלעכע זײַנען נאָך אפילע געווען פיל געשיקטער און פיפיקער אף צו טרײַבן זנוס. זיי זײַנען ניט אזוי איבערקלײַבעריש געװוען אינעם עלטער פונעם קאָרבן און בענעגייע דעם אָרט. די באהעפטונג האָט געקאָנט פאָרקומען אינעם ערשטן בעסטן קלויסטער און אפילע אפן אלטאר-טיש. אויב מיט א מינדעריעריקער, מיט קימאט א קינד נאָך, איז אויך קיין אוולע ניט, און זיי האָבן זיך געקאָנט דערלויבן אינעם הײיליקן סאָפּיעיקלויסטער לאָזן טאנצן נאקעטע גאסן-פרויען, און א שיקערער אוילעם האָט צוגעפּאטשט מיט די הענט. אין אן אנדער קלויסטער איז מען ארײַנגעפאָרן מיט פערד-און-װאָגן אף אָנצופּאקן פון דאָרט די הייליקע קיילים, די רעליקוויעס, דאָס אראָפּגעשלאָגענע גאָלד און זילבער פון דער ביל- דער-וואנט, דאָס ארױסגעשלעפּטע פונעם אויצער-קאסטן אין דער סאקריסטיע".
די גאָלד-גיריקײַט פון די ,באפרײַער פון גאָטס קייווער" האָט ניט געװוּסט פון קיין אָפּי שטעל. מע האָט זיך אפילע דערקליבן צום קייווער פונעם אימפּעראטאָר קאָנסטאנטין דעם ערשטן, צעקלאפּט דעם סארקאָפאג און פון דאָרט ארויסבאקומען אן אויצער. מע האָט גערויבט בא טויטע און בא לעבעדיקע. ס'איז ניט געווען קיין איין שטאָט-בירגער, װאָס האָט נאָר עפּעס פארמאָגט, מע זאָל אים איבערלאָזן א ניט קיין געפלינדערטן. דערבײ האָבן זיך דערמיט פאר" נומען סײַ דער ריטער פוֹנעם העכסטן אדל, סײַ דער געוויינלעכער קרייצטרעגער, ווענעציא- נער סאָכרים און אן ערעווראוו פון דער-רועך-ווייסט-װוּ ער האָט זיך גענומען. פאר דרײ טעג זײַנען אויסגעהארגעט געװאָרן טויזנטער מענטשן. צוויי דריטל פון דער שטאָט איז אװעק מיטן פּײַער. אין די סרייפעס און בייס די וילדע אָרגיעס פון די פארשיקערטע פון רוב און גזיילע איז פארניכטעט געװאָרן אלץ. פון אלע קונסט-ווערק פונעם אנטישן אמאָל און פון דער שפּעטערדיקער צײַט איז געװאָרן אש און בראָכוארג. הײַנט די ספאָרים-אויצרעס, די פילצאָליקע קסאוויאדן -- זיי זײַנען געװאָרפן געװאָרן אין די שײַטערס װי שײַטלעך האָלץ..
דאָ האָט שוין אויך דער אלטער זאבארע אופגעציטערט.
-- על אלה אני בוכיה!? -- האָט זיך בא אים מיט א זיפץ ארויסגעריסן דער פּאָסעק פון די קינעס. האגאם ער האָט דאָס אלץ אויסגעהערט און האָט װײַטער אָנגעהאלטן דאָס אָװלדיקע שטילשװײַגן, האָט אָבער אינװייניק אין אים געברויזט און געצאָרנט: וויי-וויי, וויפל טײַערע ספאָרים זײַנען שוין פארניכטעט געװאָרן דורך ראָצכים און מענוּװאָלים, און וויפל װעלן נאָך פארניכטעט וערן אף אָט דער רישעסדיקער װעלט? אין אָט די שאפונגען לייגן ארײַן די מע- כאברים דאָס טײַערסטע און בעסטע, דאָס איידלסטע און שענסטע פון דעם, װאָס זײ פארי מאָגן, און ס'איז אזוי גרינג צו מאכן פון דעם אש און שטויב,
אלע זײַנע יאָרן האָט ער געלעבט מיטן פארגעניגן, װאָס ער האָט געהאט פון ספאָרים, פון א סאך ספאָרים און פון קאָלערלײ כיבורים. ער פילט זיך ניט מיט אלעמען אין א הויז, װױּ ס'פעלן ספאָרים. ער װאָלט ניט געקאָנט לעבן אין א שטאָט, װוּ ס'איז ניט פאראן קיין ספאָ- רים-אויצער. ס'איז אים טײַער יעדער מין סייפער אף די אלע לעשוינעס, אין וועלכע ער איז באהאוונט. אבי נאָר ס'איז דאָרט פאראן א מענטשנס געדאנק, א מענטשנס ווילן, א ריינער מענטשלעכער געפיל, אוועלכער-ס'איז שיינער טרוים, מענטשלעכע האָפענונגען. אויב אפילע ער האָט ניט געקאָנט מאסקים זײַן מיט אוועלכןיס'איז כיבור, האָט ער אויך עפּעסיװאָס פון דעם געלערנט. און ביכלאל באליידיקט זיך ניט א סייפער, ווען מע איז אפילע לאכלוטן ניט מאסקים מיט די האשאָרעס, װאָס װערן דאָרט ארויסגעבראכט. בעדערעךיקלאל האָט ער שטענדיק פון די ספאָרים גענומען וויפל און װאָס נאָר ער האָט געװאָלט. און דאָס אלץ, װאָס ער האָט אײַנגעזאפּט אין זיך, איז געװאָרן זײַן אייגנס. עמעס, פון אָט דעם פארמעג, װאָס האָט אויך אין זיך קוילעל געווען דעם טאמציס פונעם דורכגעטראכטן און דורכגעלעבטן, האָט ער דערנאָך בעשעפע און בעיאד-רעכאָװע -- מיט דער ברייטער האנט דער וועלט אוועקגע- שענקט װאָס ער האָט נאָר געקאָנט, און ער איז פון דערפון לאכלוטן ניט אָרעמער געװאָרן. פארקערט, ער איז שטענדיק געווען בא דער דייע", אז ער האָט אָפּגעלעבט א לעבן ניט ער" גער פון אנדערע, און עפשער נאָך א פיל רײַכער לעבן פון די, װאָס זײַנען זיך מעטאער דורכן קעסעף װעזאָהאָװ!*, װאָס זיי האָבן אָנגעזאמלט לעראָו. זי זײַנען טאקע בעעמעס זאט מיט קאָװעד און מיט די קאָלהאמינים אוילעמהאזעדיקע פארגעניגנס. און ער! יאָגט אים דען ניט אָן שטענדיק דער קאָװעד, װוּהין ער זאָל זיך ניט קערן און ווענדן? איז דען די אוילעמ- האזעדיקײַט פון זײַנע פארגעניגנס פון א קלענערער כשיוועס! אדעראבע וועאדעראבע. ער האָט אף זײַן לעבנס-וועג זיך באגעגנט מיט א סאך מערער גרויסע לײַט, װי זײַן רײַכער
1 אן אָרט אינעם קלויסטער, װוּ עס געפינען זיך די הייליקע כפייצים! ? אל איילע אני בױכיאָ-- אָ דאָס באוויין איך; * מיינונג; + רייניקן זיך דורך גאָלד און זילבער.
18
שװאָגער, לעמאָשל. ער האָט ארײַנגעקוקט אין מערער ספאָרים, װי יעדער אנדערער פון זײַן גלײַכן. און וויפל האָט ער האנאָע געהאט פון יעקאר-האמציעסן, פון װוּנדערבארע קסאוו- יאדן! און װי גרויס איז דער פארגעניגן געװוען פון זײַנע אָנצאָליקע נעסיעס! װוּ איז ער ניט אויסגעווען! און מיט װאָס האָט ער זיך ניט אָנגעזען און אָנגעהערט?
ווען מע פרעגט אים אָבער, צי װאָלט ער געװאָלט איבערלעבן נאָכאמאָל דאָס גוטע און דאָס שלעכטע, װאָס ער האָט איבערגעהאט פאר די אלע יאָרן, ווייסט ער ניט, צי ער װאָלט עס געװאָלט. ס'װאָלט עפשער פאר אים איצט געווען מער װי א צו גרויסע טירכע דאָס אלץ איבערקומען נאָכאמאָל, פונדאָסנײַ, דאָס צווייטע מאָל איבערכאזערן די אלע אָפּקומענישן און אפילע די גליקלעכסטע טעג אין זײַן לעבן. ס'האָט קיין זין ניט. אזויווי ער איז קיינמאָל ניט געווען צוגעבונדן צו מעטאלטעלן, ער האָט קיינמאָל ניט באדויערט, װאָס ער פארמאָגט ניט, וי אנדערע, די אָדער יענע זאך, דעם אָדער יענעם כייפעץ, אזוי װאָלט ער ניט געװאָלט זײַן צוגעבונדן צו דער אָדער יענער געשעעניש אין זײַן לעבן, פון װאָס פאר א װיכטיקײַט דאָס פאָרגעקומענע זאָל ניט געווען זײַן. אן אנדער זאך איז דאָס קומען צו עפּעס נײַס, צו נײַע אײַנדרוקן, נײַע נעסיִעס, נײַע באגעגענישן. איז ער אָבער איצט קײינמאָל ניט בא זיך אין די הענט.
מיט יאָרן צוריק, ווען ער איז נאָך פון קיינעם ניט געווען אָפּהענגיק, האָט ער שטענדיק געטאָן װאָס ער האָט געװאָלט און איז געגאן װוּהין ער האָט געװאָלט. ער קאָן ניט זאָגן, אז דער וועג זײַנער איז שטענדיק געווען אויסגעזייט מיט הוילע בלומען. אלץ איז געווען. ס'זײַ- נען געווען קווייטן און אויך דערנער. דערפאר אָבער איז דאָס שטעגעלע געווען אן אייגנס, און װוּהין נאָר ס'האָט געפירט, האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז דער וועג איז דער סאמע גלײַכ- סטער. נאָר די לעצטע פּאָר יאָר, פון זינט ער האָט זיך אָנגעהױבן דערװײַטערן פון זײַן רויפע- פאך, װאָס האָט אים געגעבן פּארנאָסע, איז ער ליידער געװאָרן א רבי מכבד עשירים!. יעדער שריט זײַנער איז איצט געווענדט פון די גרויסע לײַט.
אָט איז אים דאָס לעצטע מאָל געשטאנען אין װועג איבן שעשעט. האגאם ס'איז א זינד כאראָטע צו האָבן, האלעמײַ ער האָט אים דעמלט, דעם נאָסי, געפאָלגט, אדאנק דעם האָט ער איצט לעבן זיך דעם זון זײַנעם יויעלן און ער האָט אויך אף זײַן צאד אלכאריזין. זאָל נאָר אריבער דער ווינטער, װועלן זיי ביידע, מיט גאָטס הילף, באלד נאַך פּייסעך זיך לאָזן אין וועג ארײַן. ער װעט זיך פאר די פּאָר כאדאָשים א ביסל אָנעמען מיט קויכעס. עפּעס איז ער פאר דער לעצטער צײַט א סאך שוואכער געװאָרן, און דאָ נאָך דעם ראמבאמס טויט...
א גאנץ לעבן האָט זיך אים געדוכט, אז ער פארמאָגט אָט דאָס קישעף-שטעקעלע, װאָס באװײַזט װוּנדער: קוקסטו אף דעם ווינטער-צײַט -- זעסטו דעם פרילינג, קוקסטו אין פרי- לינג -- דערזעסטו די רײַפקייט פונעם זומער, דערנאָך די שעפעדיקע זעט פונעם הארבסט, דערבײַ פארגעסטו, אז דו פארלויפסט דעם גאנג פון דײַנע טעג און יאָרן. דו לויפסט אֹף פאָרויס און דו פארגיכערסט דערמיט די דערנעענטערונג צום סאָף. ס'איז אדם דואג על איבוד דמיו, ואינו דואג על איבוד ימיו?. און װאָס העלפט שוין דאָס דײַגענען איבער די טעג, װאָס פארשווינדן? ניט יעדערן ברענגען דאָך די לאנגע יאָרן צו אן אױיסגעלאָשענער זיקנע. אָט איז איבן שעשעט קיין אײַנהאָרע ניט מיט א שיינעם צענדליק יאָר עלטער פון אים, פעלט אים דען אכוצן גוטן געזונט, ס'זאָל אים ניט פארשטערט וװערן, מונטערקײַט, אימפּעט און ברען בא יעדן מין נײַעם אופטו? אָט, אפּאָנעם, אז זאט זײַן אין טעג און יאָרן הייסט נאָך ניט אלט זײַן. אפילע בא די אכציקער איז נאָך ניט קיין מוז, אז דו זאָלסט דערפילן די אלטקײַט, װוי א שווערע לאסט אפן רוקן. מע דארף זיך נעמען אין די הענט ארײַן. ס'איז גאָר קיין טאכלעס ניט אָנרוקן אף זיך די מאָרעשכױירע, זיך מאכן עלטער און קראנקער, װי מע איז אינדערע- מעסן, אָנווארפן אף זיך די זיקנע פאר דער צײַט.. און ביכלאל, װער קאָן עס באשטימען די גענויע צײַט פון זיקנע! איז דען דאָ א פאר אלעמען גלײַכע מאָס פונעם עלטערן זיך? וועמען ס'איז באשערט מעסושעלעכס יאָרן, און פונדעסטוועגן איז אף אים כאל דער פּאָסעק: ,אָפט פירן אלטע פערד די פעלעכלעך פון די יונגע". און אן אנדערער טראָגט מיט זיך די אלטקײַט פון געבוירן אָן.
בעדערעך-קלאל איז אָט דאָס אלט װערן גאָר א קליינע כאָכמע, און ס'איז לאכלוטן ניט קיין מוז זיך אונטערגעבן דער ביטערער געוװױינהײַט פון צו פּײַניקן זיך באם ארומזוכן און געפינען די זיקנע. איז זי ניטאָ אינעם קערפּער, געפינסטו זי אינעם געמיטיצושטאנד,
1 ראבי מעכאבעד אשירים -- געמײנט: א געלערנטער, װאָס מוז זיך צוכאנפענען צו די רײַכע לײַט 5 אָדאָםס דױעג אל איבוד דאָמאָוו, װעײנוי דױעג אל איבוד יאָמאָוו -- דער מענטש איז באזאָרגט וועגן פארלוסט פון זײַן געלט, אָבער ער זאָרגט ניט וועגן פארגיין פון זײַנע טעג.
19
אינעם דערפילן דעם טאם פון דער צײַט, װאָס פארשװינדט. װען מע װערט נעענטער צו זיבעציק, הייבט מען ערשט אָן צו פארשטיין דעם באזונדערן ווערט פון יעדן טאָג, פון יעדער שאָ. דער פּאָסעק וועגן קאָנען אײַנעמען די וועלט אִין איין שאָ האָט, אפּאָנעם, א גאָר נאָענטע שײַכעס צו די אלע, וועלכע זײַנען שוין רײַף אין יאָרן.
וועגן דער כשיוועס פון צײַט איז זייער גוט געזאָגט בא איינעם פון די כאכמיי הוידוי, װוּ ס'ווערט דערציילט וועגן א באָכער, װאָס ליגט פארטראכט, גאנץ רויק און שטיל, אפן זאמד באם ברעג יאם. גייט פארבײַ אן אלטער מאן און פרעגט אים: ,װאָס טוסטו?"--,איך טו גאָרניט", -- ענטפערט דער באָכער. דער זעלבער מאן גייט דערנאָך פארבײ א בום, װוּ אונטער זײַנע צװײַגן זיצט אף א באנק אן עלטערער מענטש. פרעגט בא אים דער אלטער מאן: ,װאָס טוסטו?" -- ,,איך טו גאָרניט". -- ,ניין, ניט ריכטיק, -- זאָגט אים דער אלטער מאן, -- דו טוסט יאָ עפּעס, דו טוסט ווערן עלטער".
אָט די אלע מאכשאָװעס וועגן אלט װערן, קראנק זײַן, וועגן טויט און לעבן האָבן לעצטנס געפּײַניקט דעם אלטן זאבארען טאָג נאָך טאָג. דערבײַ איז קיין כילעק ניט, צי ער געפינט זיך דעמלט בעיעכידעס, איינער אליין, צי מיט אים איז דער זון זײַנער יױעל, אָדער ער רעדט מיט אנדערע מענטשן פון איבן שעשעטס הויז. אלציינס טראכט ער זיך זײַנס. װאָס איז שײַעך דאָס רעדן, רעדט ער נאָך אלץ װײיניק, װי אין די אָװליטעג, האגאם ער האָט שוין גע" ענדיקט דאָס זיצן שיווע. מע האָט שוין בא אים אוועקגענומען דאָס פוסבענקעלע, אף וועלכן ער איז אָפּגעזעסן די זיבן טעג. ליגט ער איצט דאָסראָװו אף זײַן געלעגער און פילט זיך נאָך אלץ פּאָטער פון מעקײַעם זײַן מיצוועס עשה?. ער באמיט זיך ניט עסן בעציבור, קעדיי ניט דארפן מאכן קיין בראָכע און ניט ענטפערן קיין .אָמיין" אף יענעמס בראָכע. דאָס טוט ער אלץ צוליבן קאָװעד פון דעם מעס, װאָס ליגט שוין אין קייווער הונדערטער מײַלן װײַט פון אים.
אכוץ די עטלעכע מאָל, װאָס מע האָט אים ביגוואלד פארשלעפּט צו אן אלגעמיינעם מאָל- צײַט, האָט ער אמיינסטן טויעם געװוען בא זיך אין כיידער און מיטן פּאָנעם צו דער ואנט. דאָס עסן, װאָס ער האָט געפאָדערט, איז באשטאנען דערהױפּט פון שפּײַזן, וועלכע דערמאָנען אינעם טרויעריקן סאכאקל פון דער וועלט: אז דעם מענטשנס לעבן איז קײַלעכיק און אז אלץ פארגייט. אָנשטאָט א שטיקל כאלע האָט ער געבעטן, מע זאָל אים אפן טאָג אויסבאקן א בייגל. א שטיקל בייגל מיט אן איי איז בא אים אָנגעגאן פאר א מאָלצײַט. צום אָװנט-יעסן האָט אים געקלעקט בלויז א ביסל ארבעס.
אָט אף אזא דערעך האָט ער זיך געקליבן דערצ;ען ביז צו די שלוישים.
האָט זיך אָבער דער דרויסן צו אָפּט ארײַנגעריסן אין די דאלעדאמעס פון זײַן אָפּגעזוג- דערטקײַט און א טיליטעל געמאכט פון זײַן פּראװען אוויילעס. פּלוצעם איז יויעל ארײַן צו אים מיט אן איבעראשנדיקער נײַס, ער האָט נאָך מיטגעבראכט מיט זיך פאר אן איידעס דעם מעכאבער פונעם .גן טוּב משלים"? און דעם איבערזעצער פון ,קאלילא װאָדימנא'", דעם טאטנס אן אלטן יעדיד יאקאָוו בען עליעזער פון טאָלעדאָ. דער דאָזיקער מעשאָלים-שרלַי בער, װאָס איז דאָ שוין אן אלטער טוישעוו בא איבן שעשעטן, פירט זיך איצט אוף װי א נחבא אל הכלים?. ניט מע זעט אים, ניט מע הערט אים דאָ, גלײַך װי ער װאָלט שוין געווען ניט הי. אָבער אלע ווייסן, און דער אלטער זאבארע אויך בעסויכעם, אז דאָס היט ער זיך אזוי, קעדיי, כאָלילע, ניט צו האָבן א באגעגעניש מיטן מעשומעד איבן סיגאלן. ער האָט אפילע געװאָלט מעוואטער זײַן אפן נאָדיווס כעסעד מיט אים און לאכלוטן פארלאָזן איבן שעשעטס הויז, װי נאָר ער האָט זיך דערװוּסט וועגן דער הילולע, װאָס מע האָט דאָ געמאכט ארום דעם כאראָטע-מעשומעד, גוטע פרײַנט האָבן אים קוים דערפון אָפּגעהאלטן.
איצט האָט עס אויך יויעלן אופגעבראכט, ווען אָט דער טאָלעדער טאלמיד-כאָכעם האָט אין א היציקן וויקועך געמאכט מאמעש אן אנטפּלעקונג מיקויעך איבן סיגאלן. אלנפאלס פאר אים, פאר יויעלן, איז דאָס געווען אן איבעראשנדיקע יעדלע.
-- זאָל ער זיך ניט מאכן פאר א מעלופּם-קינד, -- האָט זיך דער טאָלעדער צעשריגן -- אָט דער מומר להכעיס?.. ער איז געוואקסן א גדול בתורה ובחכמה". דעמלט, ווען ער איז נאָך ניט אוועק אף א שלעכטן ועג, האָט מען אים געפּרוּװט אויסווארפן, אז פאר א בען"טוירע איז א כארפּע און א בושע צו דערנידעריקן דעם מענטשלעכן מעהוס מיט יעיצערהאָרע"גע" זאנגען, גלײַך װי דאָס װאָלט געװען דער איקער פונעם מענטשנס לעב האָט ער געהאט
: אינדישע פילאָסאָפן; ? מיצװוּס אסיי --- מיצוועס, װאָס דארפן געטאָן װערן; * גאן טוּוו מעשאָלים-- גאָרטן פון די בעסטע מעשאָלים; + א בוך פון אינדישע פאבלע * נעכבאָ על האקיילים -- א באהאל- טענער; * מומאָר לעהאכיס -- אקשןימעשומעד! ? גאָדױ? בעטויראָ אוּװעכאָכמאָ-- א גרויסער ערודיט.
20
דאָס אזעס זיך צו פארענטפערן מיט צוויי נײַע שירים, אין וועלכע ער פארופט זיך אף מוישע ראביינו, אז בא אים קלוימערשט האָט ער זיך דערלאנגט צום ריכטיקן סאָד פון דעם, װאָס מע רופט ליבע, און אז דאפקע ער, דער מוישע, װאָס האָט אויסגעליזט די ייִדן פון מיצ- ראיִם, איז דער עמעסער לערער זײַנער, זײַן נאָװי, זײַן קױיהענגאָדל, זײַן װעגװײַזער און דער דערמונטערער פון זײַן שאפונג. אזא כוצפּעניק איז ער שוין דעמלט אין די יוגנטיאָרן גע- וואקסן!
פארן אלטן זאבארען איז דאָס לאכלוטן קיין נײַס ניט. ער וייסט אפילע, אז אויך די מוסולמענישע כאכאָמים האָבן איבן סיגאלן פארקלאָגט פאר זייער דעמלטיקן מוישל, דעם קאליף אבו יוסוף. זיי האָבן אים צו וויסן געגעבן, אז די גלוסטונג-לידער פון דעם יונגן פּײַטן פארסאמען די מענטשלעכע גוטע זיטן. ס'ווערן געשטרויכלט דורך זיי ניט נאָר יונג און אלט, נאָר אפילע אויך פרויען װוערן ארײַנגעשלעפּט אין דער נעץ פון זינד. האָט דער קא- ליף געשיקט צו איבן סיגאלן א שעליִעך, און יענער האָט דאָרט געטראָפן דעם קאליפס ייני גערן ברודער באם איבערשרײַבן דעם דיכטערס שירים. ווען דער שעליִעך האָט עס דערנאָכ- דעם דערציילט, האָט דער קאליף בא אים געפרעגט:
-- און דו האָסט כאָטש א לייען געטאָן, װאָס מײַן ברודער שרײַבט דאָרט איבער? און צי האָסטו אמאָל ביכלאל געלייענט די לידער פון אָט דעם ייִדן?
-- ניט נאָר איך. ס'איז ביכלאל ניטאָ אין שטאָט בא אונדז אזא איינער, װאָס קאָן לייענען, סײַ צװוישן מענער, וי אויך צװוישן די פרויען, ער זאָל ניט האָבן געלייענט זײַנע שירים. א סאך פונעם פּאַשעטן האמוין קענען זײַנע דיכטונגען אף אױיסװייניק.
-- איז װי קען איך מיט מײַנע איינע פּאָר הענט פארמאכן דאָס מױיל בא טױזנטער מענטשן? -- האָט דעמלט דער קאליף זיך פארענטפערט.
דאָס איז געשען, ווען איבן סיגאל האָט נאָך ניט געהאט איבערגעדרייט דעם שליסל, און ער איז נאָך קיין אָפּטריניקער ניט געװאָרן.
-- אזא נידערטרעכטיקײַט! אויך איצט נאָך גרויסט ער זיך מיט דעם, װאָס ער פארשטייט ניט אונדזער לאָשן. איך האָב די רעכט צו מאכן אזא אויספיר,-- האָט זיך יויעל אָנגעצונדן.-- ,איך געדענק שוין קיין טמונאס אָס ניט"--האָט ער מיט א מין ביטל און פאריבל זיך אָפּי געשאָקלט, ווען קאנסומע האָט אים פאָרגעלייגט א קוק טאָן אף א קסאוויאד, װאָס זי האָט דאָ זיך אײַנגעשאפט, א קסאוויאד, װוּ עס שרײַבט זיך וועגן איר פאָטער.
-- וי נאָר אָט די דאָזיקע לײַט.--האָט צוגעגעבן דער טאָלעדער באלימעשאָלים יאקאָוו בען עליִעזער,-- וי נאָר זיי קאָנען בא דער מינדסטער מעגלעכקײַט באװײַזן, אז זיי זײַנען אָפּגעפרעמדט פון זייער שטאם, שטאָלצירן זיי דערמיט. נאָך מער: זיי גרויסן זיך מיטן ניט וויסן און ניט קענען די שפּראך אונדזערע, דעם שטייגער אונדזערן, אונדזערע מינהאָ- גים... זי האלטן עס פאר גאָר א גרויסער מײַלע. זיי שטעלן זיך ארויס מיט א פאָרשונג וועגן דעם לאָשן פון די מונזיריטן אָדער וועגן דיאלעקטן פון אנדערע פארװאָרפענע שװאָ- טים. זיי שטודירן די דינאסטיעס פון די כימיאריטן, די צײַטיהערשאפט פון די האסאנידן, זי פאָרשן און לייענען אלץ, װאָס האָט א שײַכעס צו דער אורגעשיכטע פון די בעדויַנישע שװאָטים, זיי אינטערעסירן זיך זייער שטארק מיט די אורשפּרינגלעכע װאָרצלען פונעם אראבישן לאָשן, דערבײַ װערט אפילע ניט גענומען אין אכט די נאָענטע שײַכעס פון אָט דעם לאָשן צו דער אלטער איוורי-שפּראך. דער איינציקער שטאם, װאָס זיי האלטן, אפּאָנעם, פאר אומווירדיק אים צו דערמאָנען אפילע, איז דער שטאם פון זייערע אָװעס. זיי האָבן זיך אײַנגערעדט, אז נאָר אף אזא אויפן װעט מען זיי האלטן פאר עכטע מוסולמענער..
דעם אלטן זאבארע גייט איצט ניט אָן דער גאנצער ויקועך, און דאָ איז נאָך ייעל צוגעטראָטן מיט א צווייטער איבעראשנדיקער נײַס. לאָזט זיך אויס, אז אורי מיט דער מישפּאָכע האָט שוין מעגלעך פארלאָזט לונעל און זיי זײַנען אריבערגעפאָרן אין דער רעזידענץ-ישטאָט פונעם פראנקישן קיניג פיליפּ אװוגוסט. דאָרט, באם קיניגלעכן הויף, װועט ער ארבעטן מיט זײַנע פּואלים אין דער מינץיקאמער. דאָס האָט אים דער פעטער ערשט הײַנט דערציילט וועגן דעם, און דער גאנצער גוירעם פון אָט דעם איבערפאָר זײַנען די אָפיציַאלס. זיי ווילן האָבן לעבן זיך אן אייגענעם מרביץ תורה ברבים!. לערן-באכורים זײַנען שוין דאָרט פאראן איבערגענוג, און א בעסמעדרעש, א ניט לאנג איבערגעבויטער פאר דער יעשיווע, איז דאָרט אויך פאראן.
דעם טאטן אָבער ליגט איצט ניט אין זינען אָט דער גאנצער איניען. א גאנצענע נאכט
: מארביץ טױיראָ באָראבים -- טוירע-פארשפּרײטער.
21
האָט זיך דעם עלטערן זאבארען געפּלאָנטערט די באוועגונג פון א שפּוליק אין א וועבשטול. ער האָט עס אזוי בוילעט געזען, און ס'האָט אים גאָרניט געװוּנדערט, װאָס ער זעט קײן מענטשן ניט דערבײַ. ער זעט ניט, װוּ זײַנען די הענט, װאָס פארווארפן אזוי געשווינד דעם שפּוליק אף אהין און צוריק. ס'שווינדלט אזש אין די אויגן דער באהעפט פון אלץ נײַע פעדעם, וועלכע פּאסן זיך אזוי שיין ארײַן אינעם פארביק געשטרײפטן אויסגעװועב פונעם שטיק לײַװנט, װאָס האלט אין איין וואקסן. ער טראכט דערבײַ, סארא שיינער שטאָף דאָס װעט זײַן פאר די בגאָדים צו זײַנע טרוימען, װאָס ער האָט אױסגעטראָגן פארן גאנצן לעבן, און ער וויל דאָס צײַג א ריר טאָן מיט די פינגער. ווארפט אים אָפּ די האנט ציפּױרע, דאָס װײַב זײַנע, יויעלס מוטער. ער האָט מיט איר אָפּגעלעבט זיבעצן יאָר. זי האָט געמיינט, אז זי װעט פארבלײַבן אן אקאָרע, און האָט די ערשטע פּאָר יאָר צו אים געטײַנעט, װי די מוטער ראָכל: גיב מיר קינדער, אניט-- שטארב איך. ביז גאָט האָט אָפּגעטאָן פון איר די כארפּע, און זי האָט אים געבוירן דרײַ זין. זי האָט ניט אויסגעלעבט דאָס יאָר נאָכן אומקום פון די עלטערע צוויי קינדער. פארװאָס איז דאָס איר געקומען! פאר אוועלכע זינד איז זי צוגענומען געװאָרן גלײַך נאָך אָט דעם גרויזאמען גזאר? דאָס טראכט ער אזוי, צי דאָס טײַנעט זי אזוי צו אים? און אף זײַנע טרייסט-װוערטער און שטראָף-רייד, אז ס'האָט גאָר קיין זינען ניט צו קומען איצט, נאָך אזויפיל יאָרן, מיט טײַנעס אומײַנעס, האלעמײַ דאָס צוזאמענלעבן זייערס איז פול געווען מיט אזויפיל צאר און ווייטעק, און דערצו נאָך איז זי אזוי יונג פארשניטן געװאָרן, האָט זי געענטפערט:
-- פאר א פליג, װאָס לעבט מער ניט וי איין טאָג, איז א גרויסער כילעק, װאָס פאר א וועטער ס'האָט אָנגעהאלטן אין אָט דעם איינעם טאָג...
מיט אָט די ווערטער אף די ליפּן האָט ער זיך אופגעכאפּט פון אן אויסמאטערנדיקיצעבראָ- כענעם שלאָף. דאָס האָט דאָס װײַב זײַנס זיך באקלאָגט אפן טרויעריק-ביטערן װעטער, װאָס האָט באגלייט איר קורצן לעבנס-וועג, און ער כאזערט עטלעכע מאָל איבער דעם דאָזיקן זאָג אירן, גלײַך װי ער װאָלט עס געװאָלט נעמען אפן צונג און טאקע א פּרוּוו טאָן דעם געדאנק אױסטײַטשן אף זיך אליין. ויאזוי איז מיט זײַן אייגענעם װעטער? אוועלכע געוויטערס און שטורעמס איז אים אמאָל אויסגעקומען בײַצוקומען? צי האָט אים אמאָל פארכאפּט דער גע" וויכער בא א זאמדישטורעם אין דער מידבער? דער געווירבל אונטער א װינט-אױיסבראָך אף די וועגן! אָדער דאָס פאלן פון די פיס בא א שיפבראָך אפן יאם! ניין! קיינמאָל גאָרנישט ניט. ער איז דאָס גאנצע לעבן זײַנס אדורכגעגאן לאנגזאם און געלאסן, האגאם ער וייסט גאנץ גוט, אז בא מענטשן מיט אזא גאנג הערט מען װאָס װײַטער אלץ שוואכער זײַנע טריט. אָבער ס'זײַנען אויך פאראן אזעלכע, בא װועמען ס'בלײַבט איבער אף א לאנגער צײַט און עפשער אף אייביקע יאָרן דער הילך פון זייער שטילן גאנג. אָט װי, לעמאָשל, דער טראָט פונעם ראמבאם, װאָס װעט זיך לאָזן הערן אף דאָר-דוירעס.
דאָ איז אים אפן געדאנק געקומען: ער טראכט שוין איצט אזוי װייניק װעגן ראמבאם, און אלץ מערער טראכט ער מיט באדויער וועגן זיך. די לעצטע עטלעכע טעג האָט ער שוין צופיל זיך אָנגעהױבן גרקבלען אין זײַן פיזישן און גײַסטיקן געמיטיצושטאנד. ער האָט שטענ- דיק פײַנט געהאט צו רעדן אָדער זיך פארטראכטן וועגן זײַנע אייגענע כולשעס. ער פלעגט זיך קיינמאָל ניט אונטערגעבן קיין שום כאלאס, זאָל עס אפילע געװוען באגלייט װערן מיט שמערצן, און איצט... ער פילט ניט באָרעכהאשעם קיין שום ווייטעקן, נאָר אָט די קעסיידער- דיקע מידקײַט און דאָס נאָגנדיקע ציעניש צום געלעגער. שוין פון װען אָן איז ער ניט גערן דאָס ארומגיין, דאָס שטיין אף די פיס. אָט די שוואכקײַטן, װאָס האָבן אים גויווער געווען נאָך פאר דעם ראמבאמס טויט, זײַנען עפּעס געקומען אומבאמערקטערהייט. מיט א פּאָר כאדאָשים צוריק האָט ער זיך נאָך געפילט גאנץ פעסט און פריש. ער איז פיל געגאנגען צופוס און איז געווען אומדערמידלעך אין דער ארבעט, אינעם לערנען, אינעם ארומטראכטן נײַע שאפונגס- פּלענער, אינעם דענקען, אינעם אָנטײלנעמען אין א וויקועך. זאָל עס טאקע זײַן די אָנקומענ- דיקע זיקנע-סימאָנים?! אַ נייף! ווען ער האָט נאָר די געהעריקע מיטלען און װוען אלכאריזי זאָל מאסקים זײַן, װאָלט ער נאָך איצט זיך אופגעהויבן און זיך געלאַזט מיט אים אין וועג ארײַן.
קעדיי זיך איבערצײַגן, אז ס'איז ניט קיין דיבורים בעטיילים!, װעט ער הײַנט דעם גאנצן טאָג זײַן אף די פיס. האגאם דער קאָפּ איז בא אים מער װוי אין אן אנדער טאָג שער װי א שטיין. ער טוט א פּרוּוו דעם דויפעק: די קלעפּ זײַנען עטװאָס פארפּאמעלעכט, אָבער גאנץ רעגלמעסיק. א בארויקטער נעמט ער זיך גרייטן צו דער טפילע. די מיקווע-וואסער װעט אים
1 פּוסטע רייד.
29
אָפּפּרישן און שטארקן. ער ציט אראָפּ פון זיך די נאכט-בגאָדים, לאָזט אראָפּ די האָריקע פיס פונעם געלעגער און נעמט זיי גלעטנדיק באטראכטן. אפן הוילן ריינעם לײַב דערזעט ער מיטאמאָל א צעשיט פון פארדעכטיקט ראָזיגעלבלעכע ארבעסלעךיפלעקן. דער געדאנק, אז די קנייטשן, וועלכע גיבן אויס דעם מענטשנס עלטער, באװײַזן זיך קוידעמקאָל אף די ערטער, װאָס זײַנען פאר אלעמען אָפן, װי אפן פּאָנעם, צום בײַשפּיל, בייס די פארשטעלטע טיילן פונעם מענטשנס גוף זײַנען נאָך אזוי שטײַף און גלאט, האָט אים איצט מערער פארנומען אויך דאָס גלעטן זיך די ביידע נאקעטע קני האָט בא אים דערװײַל אָפּגעשוואכט דעם אומרו איבער דעם אויסשיט, װאָס ער דערזעט אים אויך אף די נאקעטע אָרעמס און אפילע אונטער די פּאכוועס.
-- מה גוף אנוש?:--האָט ער א זיפץ געטאָן. --גוף נכון לקבל פגעים?, --האָט אמאָל איינער געזאָגט. װאָס זשע איז דאָס פאר אן אָנשיקעניש?
ביזן האלבן טאָג האָט ער אליין כויקער-װועדוירעש געווען דאָס נאקעטע לײַב זײַנס. דאָס האָריקע אינדזעלע אף דער ברוסט, די באוואקסענע פיס זײַנען פרײַ געווען פון אָט די בלוט- פלעקן. אָבער די איבעריקע ערטער! האָט ער געפּרוּװוט מיט אײַנרײַבונגען, מיט קאָלערלײ זאלבן און וואסערן ארויסגעפינען דעם טאָך און די סיבע פון אָט דער פּלוצעמדיקער אָנשי- קעניש, נאָר ס'האָט זיך גאָרניט באקומען. האָט ער איבערגערעכנט אין געדאנק די אלע כאלאסן, פון וועלכע ער האָט געליטן פאר דער לעצטער צײַט. קוױידעמקאָל די אָפּנעשוואכט- קײַט, דאָס איבערמידן זיך פון יעדן ריר און באוועג. וועהאשייניס, די אפּעטיטלאָזיקײַט. דער ווידערגעפיל צו יעדן מין עסן, מעג עס זײַן פון די טײַערסטע און געשמאקפולע מײַכאָלים. הײַנט דאָס, װאָס דער קאָפּ פארדרייט זיך אָפט, און דאָס ציִען צום געלעגער. ער שלאָפט איצט א סאך מערער, װי א מענטש אין זײַנע יאָרן. אָבער װאָס האָט עס אלץ פאר א שײַכעס צו אָט דעם מאָדנעם אויסשיט אָן א בײַסעניש און װאָס טוט לאכלוטן ניט ויי?
יויעל איז באלד געקומען צו דער מאסקאָנע, אז די זאך איז געפערלעך. געפערלעכער אפילע, װוי וען דאָס זאָל זײַן דער ערגסטער מין צאָראאס. דאָס האָט, אפּאָנעם, א שײַכעס צום בלוט-דרוק. ער האָט שוין געװאָלט אפילע א פּרוּוו טאָן אָפּצאפּן דאָס שלעכטע בלוט, האָט אים איבן שעשעט אָפּגעהאלטן דערפון. אויך די איבעריקע רויפים, מומכים פון באר- סעלאָנע, צוישן זיי אויך דער קיניגלעכער רויפע, זײַנען מאסקים געווען מיטן נאָסי. זיי האָבן מוירע געהאט פאר א בלוטישטורץ, װאָס ס'וועט עפשער שווער זײַן צו האמעווען. דער בא- שלוס פונעם היפּשן קאָנסיליום איז געווען, אז מע מוז האָפן און ווארטן, ביז די בלוט-טראָגנ- דיקע געפעסן פון אונטער דער הויט װעלן מיט דער צײַט אף אוויפיל געשטארקט װערן, אז זיי װעלן פון זיך אליין אופהערן צו בלוטיקן. מע דארף נאָר זען בעסער פּילנעװען דעם כוילע און אכטונג געבן אף די אויסערלעכע בלוט-פלעקן: צי זיי פארמערן זיך ניט, צי זי זעען זיך ניט אָן בוילעטער, געדיכטער?
דאָס דאפקע ניט. יויעל באטראכט עטלעכע מאָל אין טאָג דעם פאָטערס לײַב, און ס'דוכט זיך אים, אז דער בלוט-קאָליר אונטער דער הוט איז בלאסער געװאָרן און פון אייניקע ערטער זײַנען די ראָזיגעלבלעכע ארבעסלעך אינגאנצן פארשוװווּנדן. אף דעם אָרט איז פארבליבן א מין רויטלעכע אָנגעשװאָלנקײַט.
דער פאָטער איז מאסקים מיטן זון. האגאם פאר די לעצטע פּאָר טעג האָט זיך שוין אין אים טיף אײַנגעגעסן דאָס װוערעמל פון ייִעש, אז אָט-יאָט עפשער גאָר אינגיכן װעט זיך דאָס ביסל בלוט אין אים צעפליסן און פון אים װעט גאָרניט איבערבלײַבן. ער גלייבט אפילע ניט אין דער אומשטערבלעכקײַט פון אוועלכע-ס'איז געדעכעניש נאָך זיך. ער מיינט, פארשטייט זיך, ניט דעם איצטיקן דאָר, אָבער מיט א דאָר שפּעטער, אין א קומענדיקן יאָרהונדערט-- צי װעט זײַן נאָמען אמאָל דערמאָנט װערן! אָדער ער װעט לאכלוטן אויסגעמעקט װוערן פונעם מענטשלעכן זיקאָרן? ער האָט ביז גאָר װייניק אופגעטאָן פאר זײַן לעב א סאך, א סאך װיײיניקער, װי ער האָט בעיאד געהאט. עמעס, יעדערער אף זײַן אויפן קריכט אף די װענט עפּעס צו דערגרייכן. איז װער ס'דערלאנגט זײַן ציל, װי הויך ער זאָל ניט זײַן, און א צוויי- טער קומט צו גאָרנישט ניט, װוען אפילע די שטרעבונג זײַנע ליגט אים פאר דער נאָז. דער פויגל, קעדיי זיך א הייב צו טאָן אין דער הייך, מוז זיך צוערשט אָפּרײַסן פון דער ערד. ווען א מענטש זאָל זיך אזוי גרינג קאָנען אָפּשטױסן פון דעם, װאָס ס'ציט אים אף אראָפּצו, פון די אלע קלײינלעכקײַטן, פון די אלע פּוסטע איניאָנים און מײַסים...
ער טראכט איצט וועגן אלץ, װאָס ער האָט אדורכגעמאכט און איבערגעלעבט. וועגן דעם
1 מא גוף ענױיש -- װאָס איז דעם מענטשנס גוף; 5 גוף נאָכױן לעקאבייל פּעגאָים -- א גוף אף אופצונעמען פּלאָגן.
23
אלעמען, װאָס ער האָט געהאלטן פאר ווירקלעך מאמאָשעסדיקס. וועגן דעם, פון װאָס ער האָט געליטן און געהאט אגמעסנעפעש, און װעגן דעם, פון װאָס ער האָט געהאט נאכעס-רועך. וועגן זײַנע פּײַנען און פארגעניגנס. דערמאָנט ער זיך דאָס אלץ, דערשײַנט עס איצט פאר אים אין גאָר אן אנדער ליכט, אין מער רויַקערע און שארפערע קאָנטורן, און ער מוז קומען צום סאכאקל, אז ער אליין איז ניט געװוען פון די מענטשן-שטאמען, וועלכע וואקסן ארויס פון א מין אײַנגעװאָרצלטער באָדןיטיפקײַט. ער איז פון די געװויקסן, װאָס קנוילן און וויקלען זיך ארום עמעצנס שטאמען, שטרעבנדיק דערמיט זיך צוֹ באהעפטן מיט די פעסטע און די גוטע. קומען אים אפן זינען די אלע דערהויבענע באגעגענישן מיט מענטשן, די גדוילים פון זײַן צײַט. די געמיינזאמקײַט מיט אָט די בעסטע האָט אים שטענדיק געלאָזט פילן, אז ער איז פונדעסטוועגן װײַט ניט קיין אָפּגעריסענער בלאט, נאָר אויך א צװײַג פון א מעכטיקן שטאמי בוים. דעריבער טאקע האָט ער, דער איינזאמער מענטש, זיך קײנמאָל ניט געפילט עלנט, װײַל א גײַסטיקע קרויוועשאפט איז דאָך שטארקער פון א קערפּערלעכער, פונעם זײַן צװישן נאָענטע און אייגענע, וועלכע זײַנען דיר אָבער גײַסטיק פרעמד. זײַנע גײַסטיקע נויטן, זײַנע רוכניעסדיקע באדערפענישן זײַנען שטענדיק אזוי גרויס געוװוען, אזוי ברייט און פארשיידן, אז ער האָט געליטן גענעם-יעסורים, ווען ער האָט צוליב עפּעס װאָס ניט געהאט די מעגלעכ- קײַט זיי צו באפרידיקן. איצטער אָבער פּײַניקט ער זיך צוליבן פּלוצעמדיקן אוועקפאלן. דאָס ליגן צום בעט, די שלאָפּלאָזע נעכט, װאָס זײַנען אים נאָך מער מעקאצער די יאָרן, און די פיל מאכשאָװועסן איבער די סאכאקלען, וועלכע ער פּרוּװוט אונטערפירן, מאכן אים פאר אויס מענטש. צי איז דאָס טאקע בלויז דער ווילן זיך אליין אָפּצוגעבן א דין-וועכעזשבן וועגן אלע זײַנע באשטרעבונגען און אופטוען, צי עפשער באהאלט זיך אונטער אָט דעם געפּלאָנטער פון באטראכטונגען די שרעק פארן טױט?
ער גלייבט אָבער, אז דער טויט װעט ניט קומען פאר דער צײַט. מעג ויָאזוי אומגעריכט די קרענק זיך ארײַנגאנווענען אינעם מענטשן, װעט זי גאָרניט מאכן, אוב דאָס לעבן איז נאָך ניט אויסגעלעבט. קומט אָבער די צײַט, איז --אין שלטון ביום המיתה!. װען סלייגט זיך דער צווייהויקערדיקער קעמל בא דער שװעל פון דײַן טיר, װעט דער מאלעכהאמאָוועס ניט פארשפּעטיקן אף קיין איין רעגע ניט. קיין זאך דראָעט ניט דער רײַפער פרוכט, אכוץ דאָס אראָפּפאלן. אזוי דעם בעןאָדעם דער טאָג פון שטארבן. ער, יויסף בען מעיִר זאבארע, האָט ניט איין מאָל אין די כצאָס-שאָען זיך געפרייט מיטן זוןיאופגאנג. ס'האָט אים אָפּט פארקלעמט א בענקעניש באם באגײַסטערט וװערן פון א פארביקער שקיע, ס'איז אים אָבער קײינמאָל אפן געדאנק ניט געקומען, אז אָט דער זונען-גאנג פירט א גענויעם כעזשבן פון זײַנע טעג און יאָרן. די צײַט, זי האָט קיינעם ניט ליב און איז אויך צו קיינעם ניט באזונדערס פּײַנטלעך. זי איז אָבער צו קיינעם און צו גאָרנישט ניט גלײַכגילטיק. זי האלט אין איין מעסטן דאָס, װאָס דארף פארשווינדן, און אָן ראכמאָנעס שלײַדערט זי אָפּ פון זיך אלץ און אלעמען. עמעס, ניט אלעמען... אָבער אים האָט זײַן זון יויעל צום זיבעטן יאָרצענדליק ניט געשענקט קיין נאָכ- װוּקס, דאָס איז אלציינס, װי א געזונטן בוים זיך האלטן נאָר באם שטאם און ניט לאָזן װאָרצ- לען... :
ער נעמט ווידעראמאָל באטראכטן דאָס לײַב אף זיך. אים שרעקן שוין ניט אזוי די רויט- פלעקן, װי די אָנגעדראָלענע בלוט-אָדערן. מיט ניט קיין סאך יאָרן צוריק האָבן זיך נאָך בא אים געלאָזט אָנטאפּן די הארטלעכע מוסקולן. איצט שטארצן אף זייער אָרט ארויס די בלוילע- כע בלוט-געפעסן. רעב שמועל האנאָגיד האָט נאָך געזאָגט, אז א מענטש קאָן זיך ניט פילן גוט, ניט פארמאָגנדיק די דרײַ זאכן: רויַקײַט, פרייד, געזונט. איז װי קען ער איצט האָבן ,פרייד" נאָך דער פּטירע פונעם ראמבאם! ס'איז נאָך צו פרי זיך טרייסטן מיטן , צדיקים במיתתם נקראים חיים"?, און מיטן געזונט בא אים גופע האלט, אפּאָנעם, שוין אויך זייער שמאָל. אים האָט מיטאמאָל א בליץ געטאָן א געדאנק וועגן שרײַבן א צאװאָע, אָבער די מאכשאָווע האָט אים מיט שרעק א וייטעקלעכן ברי געטאָן. עפּעס איז מיט אים טאקע גאנץ ניט קעשורע, וויבאלד ער טראכט וועגן אזעלכע זאכן...און ביכלאל, װאָס און וועמען האָט ער איבערצולאָזן! די גרויסע פארמעגנס זײַנע, דאָס אָרעמע בינטל כיבורים, צי די באהאװונטקײַט זײַנע אין כאָכמאס הארעפוע? אין דעם האָט אים שוין יויעל לאנג איבערגעשטיגן. גיכער װאָלט שוין פּאסיק געווען, ס'זאָל בלײַבן נאָך אים עפּעס א מין װוידע-אָנזאָג, װוּ ער זאָל איינ- צײַטיק אויך קאָנען אנטפּלעקן די הכרה עצמית", זײַן זעלבסטדערקענטעניש. װאָס איז דען
: איין שילטוין בעיוים האמיסאָ -- ניטאָ קיין מאכט אפן טאָג פון שטארבן ? צאדיקים בעמיסאָסאָם ניקראָים כאים -- געמיינט: גרויסע מענטשן בלײַבן לעבן אויך נאָך זייער טױט! * האקאָראָ אצמיס-- זעלבסטבאזיניקונג.
24
דאָס גאנצע שרײַבן אונדזערס, אויב ניט קיין לעבנסלענגלעך װידע-זאָגן? װער קאָן נאָך עפּעס מער זאָגן וועגן זיך, וי דער מענטש אליין?
װער קאָן נאָך וויסן אזוי גענוי אלדאָס דורכגעטראכטע און דורכגעלעבטע? דאָס אלץ, װאָס ער האָט אופּגעטאָן, ווייסן טאקע זײַנע נאָענטע גאנץ גוט, אָבער צי ווייסן זיי, װאָס ער האָט געגארט צו טאָן! דאָס, װאָס ס'איז מיט אים געשען, ווייסן אלע, אָבער ויַאזוי האָט דאָס געשע- ענע אף אים געװירקט!
פארטראכט ער זיך וועגן די פארשיידענע מינים װוידעס, וועגן וועלכע ער האָט געהערט אָדער געלייענט. װוידעס פון גרויסע מענטשן מיט ווארעמע הערצער. װידעס פּיִוטישע אין כארוזים!, און אין װאָכעדיקע טיפזיניקע שורעס פון געלערנטע. צו אװעלכן פאָלק ער זאָל ניט געהערן, דער באל-מיסוואדע, אף א וועלכער שפּראך זײַן ווידע זאָל ניט פארשריבן װערן, איז אין איר שטענדיק פאראן דער הייליקער ציטער און עפּעס א מין שפּאנענדיקער נײַגער, וי צו א גרויסן סאָד.
װאָס קומט אָבער דערפון ארויס, אז זײַנע אייגענע סוידעס װעלן שוין אָפּשטארבן מיט אים צוזאמען? אז ער האָט אין די בעסטע יאָרן זײַנע זיך קיינמאָל ניט אומגעקוקט אף די אונטערשטע רעדער, נאָר פארקערט, יעדער מאָרגן איז בא אים שטענדיק געווען באשטראלט מיט די שענסטע האָפענונגען, מיט עפּעס אזוינס, װאָס װעט אים סאָפקאָלסאָף ענדגילטיק גליקלעך מאכן. ער האָט טאָמיד, נאָך פון די פריסטע קינדער-יאָרן געליטן פון צופיל טרוימען. פון טרוימען, װאָס זײַנען פון אָנהײיב אָן פארורטיילט אף ניט צו פארווירקלעכט װערן, אָבער ער האָט געלעבט מיט זיי. מיט זיי איז ער געוואקסן און זיך געעלטערט. זײַן גליק איז שטענ- דיק געווען געװוענדט צום װײַטערדיקן, צו דעם, װאָס דארף נאָך קומען, און דאָרט, אינעם װײַטערדיקן, האָבן די איינפאכסטע בילדער בא אים אויסגעזען וי אײַנגעראמט אין די פּרעכטיקסטע ראמען.
בא װאָס זשע איז ער איצט געבליבן? באם צעבײַטן דעם זיבעטן צענדליק איז דעם מענטשנס לעבן א פלעמל אפן װינט. האגאם ער האָט זיך קיינמאָל ניט געשראָקן אלט צו װוערן קערפּערלעך, דעריקער איז ניט אלט װערן גײַסטיק. טוט ער אָבער א פארגלײַך דעם ווילן זײַנעם מיט די מעגלעכקײַטן, װאָס ער פארמאָגט בא הײַנטיקן טאָג, װערט אים גאנץ שאָפל אף דער נעשאָמע. ער געפינט זיך אין א צושטאנד, װי עפּעס דער סאָטןיהאמאש- כיס זאָל האלטן אין איין געװעלטיקן איבער אים. ער פירט אים וי א מעלופּם-קינד בא דער האנט און איז אים ראק מאכריוו אוילאָמעס?.
אזוי איז אים זײַן וועלט כאָרעוו געװאָרן נאָך אין די גאָר יונגע יאָרן, ווען ער האָט זיך ארומגעטראָגן מיט אזויפיל גלויבן אין זיך, מיט אזא ליבע צום לעבן, צו זײַן רײַף װערן, צו זײַנע דערפאָלגן אין דער מעדיצין און בא זײַנע ערשטע פּרוּװון אין פּיוט.. און דעריקער, אחרון אחרון חביב", דאָס געפינען דעמלט זײַן זיוועג, די באשערטע זײַנע ציפּױרע, זאָל איר אָנדענק געבענטשט זײַן. באם יעדן דערמאָנען זיך אין אָט יענע צײַטן מיט איר טוט אים נאָך ביז הײַנטיקן טאָג א קלעם פארן הארצן און ס'ווערן מעטושטעש פײַכט די אויגן. ס'טוט א לויף פארבײַ דער ערשטער -גענוס, די באפליגלטע כאדאָשים און טעג אין מעשעך פון גאנ- צע זיבעצן גוטע יאָר, און מיטאמאָל דער גיכער טוט אירער, וועלכן ער האָט װאָס װײַטער, דערפילט אלץ שטארקער. אפילע מיט עטלעכע יאָר נאָך דעם איז עס אָפט דערגאן בא אים ביז צו א מין פארטרוימטן זײַן מיט איר, ביז א מין נאָכאמאָל איבערלעבן אינעם געדאכט דאָס גוטע, װאָס זי האָט אים געהאט צוגעטיילט. דערפאר טאקע האָבן אים שטענדיק אנטוישט די אלע אנדערע פרויען, מיט וועלכע מע האָט אים געפּרוּװוט מעשאדעך זײַן: בא דער זײַנען צו רויטע האָר, די אנדערע האָט א זייער שארפן בליק, און בא יענער איז א ברייטער קינבאק אָדער די ציין זײַנען מײַזלשע, און גאָר אן אנדערע האָט מיט עפּעס-װאָס ארויסגערופן א ווידערווילן בא יויעלן. בלײַבט מען זיצן א פאריאָסעמטער אלמען, אף שטענדיק שוין פאריי- עשט, און מיט א פּיק אין הארצן. אָט אזוי גייט אוועק א יאָר, און דרײַ, און פינף, און צען -- דאָס גאנצע לעבן.
דער טויט פון אן ערשט װײַב.. דאָס האָט עפשער געבראכט צום אנטלויפן פון אן אײַנ- געזעסענעם אָרט, דעם כיישעק צום שטענדיקן וואנדערן, װאָגלען פון מאָקעם צו מאָקעם. דערבײַ האָט זיך אים געדוכט, אז ער שטײַגט אלץ העכער און העכער, נעמט זיך אָן מיט מער געניט- קײַט, כאָכמע, וויסן, -- צום סאָף לאָזט זיך אויס, אז ער גייט גאָר אף צוריק, בארג-אראָפּ, נעענטער צום סאָף.
אין דיכטערישע פערזן! ? געמיינט: ברענגט אום זײַנע װעלט * אכרוין אכרוין כאַװיוו -- געמיינט: דאָס ליבסטע.
25
איז װאָס מיט דער געניטקײַט און מיטן וויסן, אז פאר די עטלעכע טעג, װאָס ער ליגט א קראנקער, ווייסט ער בלויז, אז ער ווייסט נאָך גאָרנישט ניט, װאָס מיט אים איז: מיט יעדן װײַטערדיקן טאָג פילט ער, אז ויַאזוי ער זאָל זיך ניט שטארקן, דערגייט ער נעענטער צו דעם, װאָס עס שרעקט אים. בא יעדן נײַעם רויטן פלעק, װאָס ער דערזעט אף זײַן לײַב, שרעקט אים אלץ מער דער געדאנק: דאָס איז א מין פּלאצן פון די אינערלעכע געפעסן, און דער גאנצער אינגעווייד זײַנער װעט סאָפּקאָלסאָף פארגאָסן װוערן מיטן בלוט. בא װעמען ס'ווערט געזאָגט בדמיך חיי!, און בא אים קען עס נאָך כאָלילע קומען צום בדמיך תמות?. פון דערפון, אפּאָנעם, נעמט זיך אזא שואכקײַט אין אלע אייוורים און די אָפטע מידקײַט, דער קאָפּשװינדל און די שלאָפּלאָזיקײַט. באנאכט איז גענוג דער מינדסטער שאָרך, ער זאָל זיך אופכאפּן און שוין מער ניט קאָנען אײַנשלאָפן, דערנאָך א גאנצן טאָג זיך געפינען װי אין הינערפּלעט. דער אומגליק ליגט נאָך אין דעם, װאָס ער ווייסט ניט, װי לאנג קאָן געדויערן אָט דאָס צעשטערט וװערן פון די בלוט-געפעסן.
מיט אָט די פינצטערע מאכשאָװועס האָט ער אָנגעהויבן אײַנדרעמלען. וויפל ער איז אָפּגע- שלאָפן, ווייסט ער ניט. ער פילט נאָר, אז ער האָט זיך אופגעכאפּט וי געוויינלעך נאָך א גוטן אָפּשלאָפן די נאכט. עס װוּנדערט אים נאָר, װאָס עס טאָגט נאָך ניט. ער ליגט און ליגט, און ס'איז נאָך אלץ א געדיכטע פינצטערניש. גייט ער אראָפּ פונעם געלעגער, קוקט ארויס אין דרויסן: ס'איז נאָך פאָרט שטאָקפינצטער. אָבער די צײַט גייט, און ס'ווערט אלץ ניט ליכטיקער. טוט ער זיך אָן, גייט ארויס אין גאס, און אויך דאָרטן טאפּט ער א ואנט אין דער פינצטער. ס'וועט שוין, אפּאָנעם, אזוי קיינמאָל ניט ליכטיק װערן. כאפּט אים ארום א פּײַנלעכע שרעק, און װי עמעצער װאָלט אים פארן אָרעם געצופּט, ער זאָל אופוואכן פון דער פארגליװערטקײַט. מיט צעעפנטע אויגן דערזעט ער יויעלן לעבן זײַן געלעגער. ער האָט נאָרװאָס אָפּגעלאָזט דעם טאטנס רעכטע האנט, װאָס איז געווען אָפּנעדעקט ביז אף ארופצו, און בא דער העלער טאָג-שײַן פּינטלען אזוי בוילעט די רויטלעכע פלעקן אף דער הויט. ס'איז שווער זיך פאָרצושטעלן, אז אונטער דעם לײַב, װאָס איז געווען אזוי קרישטאָל-ריין און איז איצט באשאָטן מיט אזא רויטלעכן אויסשיט, זאָל מיטן בלוט זײַן אלץ קעשורע. ער פרעגט באם פאָטער, צי איז ער גוט געשלאָפן.
-- יאָ, מײַן זון, איך בין װי געהעריק אָפּגעשלאָפן די גאנצע נאכט.
-- און איצט וי פילסטו זיך?
-- װי נאָך א נארישן כאָלעם. אגעוו, האָב איך זיך דערמאָנט, אז אדם* באשטייט פון אפר, דם און מרור!, -- טוט דער אלטער א ביטערן שמייכל, און אף זײַן פּאָנעם איז צו דערקענען, אז ס'האלט מיט אים ערנסט.
יויעל זעט פאר זיך איצט גאָר אן אנדער טאטן. א מין שיוורע-קיילע. א מענטש, װאָס האָט אינגאנצן פארלאָרן די זיכערקײַט אין זיך. אין די אויגן בא אים האָט זיך באויזן א גאנץ אנדערער אויסדרוק, גלײַך װי ער װאָלט געהאלטן אין איין פרעגן אפילע באם באשטע- טיקן, באם באטאָנען עפּעס, װי נאָרװאָס, װען ער האָט אױסגעטײַטשט די אויסיעס פון אדם (אָדאָם). ס'זעט אויס, װי ער װאָלט געהאלטן אין איין זוכן אן ענטפער אף דעם, װאָס ס'קומט מיט אים פאָר.
-- װאָס זשע, דו פילסט זיך טאקע אזוי ביטער-שלעכט, טאטע!?
-- ניין, מײַן זון. ס'איז מער ניט, װאָס איך בין איצט ענלעך געװאָרן צום כאלפן, אונד- זער מעכוטן, אָט דעם אוריס פאָטער, וועלכער האָט א טעווע צו איבערציילן עטלעכע מאָל די מאטבייעס סײַ באם געבן, סײַ באם נעמען. איך האלט אין איין איבערבלעטערן מײַן לעבנס- בוך אף אהין און צוריק. גאנצענע שאָען פארנעם איך זיך מיטן אויסגריבלען פון זיקאָרן די אָדער יענע איבערלעבעניש, געשעעניש, מײַסים שעהאָ:ו. װאָלט איך זיך בלויז באנוגנט מיטן אָוואר... דאָ האָב איך פונדעסטוועגן א פרײַ פעלד אף צו גראָבן אין דער ברייט און אין דער טיף. עמעס, װאָס קומט דערפון ארויס, אז ס'איז שוין ניט מעגלעך עפּעס-װאָס צו ענדערן אין דעם, װאָס איז פארגאנגען! טו איך זיך אָבער א נעם צום הײַנט, איז ער אזוי בלוטלאָז אָרעם... -- און דער טאטע טוט א טיפן זיפץ. -- אָט דאָס זײַן צוגעשמידט צום בעט און האלטן ראק אין איין טראכטן און קלערן... דו פארשטייסט, זון מײַנער, יעדער מענטש לעבט אף א געוויסן אָרט און אין א באשטימטער צײַט. איך האָב, וי דו ווייסט, קיין באשטענדיק אָרט קיינמאָל ניט געהאט. עפשער דערפאר ווייס איך טאקע ניט, װוּהין די צײַט מײַנע איז אהינגע-
: בעדאַמאיך כאי -- מיט דײַן בלוט װעסטו לעבן; ? בעדאַמעכאָ טאָמוס -- מיט דײַן בלוט װעסטו שטארבן! 5 אָדאָם -- א מענטש; + אייפער, דאם, מאָרור ---אש, בלוט, ביטערניש.
26
קומען. אָט דאָס איז, אפּאָנעם, דער סכאר פארן װאָגל און וואנדער-לעבן. איז װאָס זשע װאָלט איך געװאָלט, זון מײַנער?..
--- איך ווייס זייער גוט דעם ראָצן דײַנעם, -- איז אים יויעל פארלאָפן די רייד, -- ס'איז אָבער איצט ניט די צײַט צו רעדן דערפון. ווער נאָר פריער גוט געזונט...
דעם אלטן זאבארע האָט פּלוצעם א שווייס באשלאָגן. ער האָט איצט קיין קויעך ניט צו טײַנען און אים אײַנרעדן, פרעגט ער מיט א קאָל פון א שטארק אָפּגעשוואכטן כוילע:
-- און װאָס װאָלט דיך געארט טאקע פאָרן צוזאמען מיטן פעטער שעמטאָו? פארװאָס ניט אויסנוצן אָט די געלעגנהײַט! ער ווייסט גוט יענע מעקוימעס... און די מינהאָגים זייערע...
יויעל האָט א באהאלטענעם שמייכל געטאָן: װי ער דרייט זיך אויס, דער טאטע, פון דעם, װאָס ער װאָלט געװאָלט זאָגן. ער האָט שוין ניט איין מאָל איבערגערעדט מיטן פעטער און מיט איבן שעשעטן וועגן זײַן הייסטן באגער זיך צו מיסכאטן זײַן מיט די אָפיציַאלס, און ער האָט באם פעטער קימאט וי געפּױעלט, ער זאָל אים איצט מיטנעמען מיט זיך אין אָט דער װײַטער נעסיע צו זיי, און ער זאָל זיך טאקע ארײַנלײגן, אז דער שידעך זאָל צו שטאנד קומען. זאָגט ער צום טאטן, יויעל:
-- װאָס איז דאָס אײַלעניש, װען דו ליגסט צום בעט? האַט דאָך אפילע יאקאָוו אָװינו געשיקט פריִער עליעזערן אָן ייִצכאָקן. זאָל דערװײַל דער פעטער אליין פאָרן..
-- עליעזער האָט אָבער אף צוריקוועגס געבראכט מיט זיך ריווקען צו פירן, און דײַן פעטער װעט עס ניט טאָן, -- האָט דער אלטער א זיפץ געטאָן, און פון עפּעס א געדאנק איז ער באלד אופגעהייטערט געװאָרן. -- האָסט דאָך שוין דאָרטן דײַן בוזעם-פרײַנט אורין, און אונדזער קצינען, די ליבלעכע. פון אומהײימלעכקײַט װעסטו דאָרט שוין זײַן באװאָרנט.
האָט זיך אויך יויעל אין דעם אָנגעכאפּט, און ער האָט פארקערעוועט דעם געשפּרעך, דערהױיפּט אף אוריס אריבערפאָר אֹהין, אף זײַנע ארבעטן אינעם קיניגס מינצקאמער, און אז ער האָט א סאך פון זײַנע לערן-באכורים אויך מיטגענומען מיט זיך. ער װעט מיט זי דאָרט קענען מאמשיך זײַן דאָס לערנען, װי אין לונעל. דער אלטער איז מאסקים מיטן זונס באגײַסטערטע רייד וועגן אורין, וועגן זײַן דרייסטן שריט מיטן אריבערפאָרן אף צאָפן, אין א לאכלוטן נײַער סוויווע, מיט א נײַעם הערשער, וועלכער איז, װי מע זאַגט, א שטרענגער און א ביטערער. פון די אלע לױבערײַען פאר אורין װעט דאָך צום טייל אויך פאלן אף אים, אף יויעלן, אויב ער װעט פאָלגן דעם טאטן און אײַנשטימען איצט צו פאָרן אהין מיטן פע- טער שעמטאָװו. אכוץ דעם ארויסקוק אפן שידעך מיט די אָפיציאלס, װאָלט ער ניט געװאָלט, דער זון זאָל מיט אים איצט דאָ זײַן, ביז ער װעט עפשער איבערקומען דעם שװוערן צו" שטאנד זײַנעם,
צי װעט ער אים אָבער איבערקומען! ס'טוט אים, דוכט זיך, גאָרנישט ניט וויי, נאָר דער אומרו וואקסט בא אים פון טאָג צו טאָג, פון שאָ צו שאָ. אז ער כאפּט א קוק אף דער הויט פונעם לײַב, אף די באפלעקטע דארע הענט, און אז ער האָט נאָך נעכטן אויך דערזען די רויטע פלעק-צייכנס אף ביידע פיס, האָט זיך אין אים נאָך מער פארשטארקט די מוירע. מיט א שווער געמיט האלט ער זיך נאָך פונדעסטוועגן בא דער מיינונג, דערװײַל זיך פאר קיינעם ניט קלאָגן. האָט ער אָבער דעם הײַנטיקן אינדערפרי ניט אויסגעהאלטן. ס'האָט זיך אים מיטאמאָל אויס- געדאכט, אז ער האָט שוין ניט װאָס צו פארבאהאלטן. די מאָרעשכױירע, װאָס הענגט אף אים שוין דעם וויפלטן טאָג, װעט אים סײַװי אויסגעבן. ער האָט הײַנט שיר ניט ארויסגעבראכט אויך פאר יויעלן דעם טרויעריקן פּסאקדין איבער זיך. אלציינס, האָט ער געטראכט, ווען דער האָן איז שוין באם שויכעט אין דער האנט, קאָן אים שוין ניט העלפן דאָס קרייען.
בא זיך זעלבסט האָט ער שוין געפּױעלט, אז ס'איז געשען דאָס, װאָס עס דארף געשען מיט יעדן, בא וועמען פריִער, בא װועמען שפּעטער. און מיט א נײַעם שוערן געפיל האָט ער זיך אָנגעהױבן צוהערן צו דעם, װאָס עס פירט אים בעהאדראָגעדיק צום סאָף. עס גייט ניט אין די אויסערלעכע בלוט-פלעקן. עפּעס טוט זיך בא אים אינװייניק. עפּעס אזוינס קומט דאָרט פאָר, אז ער פילט, דאָס לעבן גייט פון אים אָפּ, און ער קאָן דערצו גאָרנישט ניט העלפן. ניט ער, דער אלטער רויפע-כוילים, און ניט דער זון זײַנער מיט די איבעריקע רויפים- מומכים, וועלכע רינגלען אים דאָ ארום, װעלן די זאך ניט ענדערן. ער ויל זיך ניט נארן מיט זיך אליין קאָן ער רעדן קלאָר און אָפן. ס'איז אן איניען פון א פּאַר װאָכן, און עפשער פון געציילטע טעג.
אָט פון דעם געדאנק אליין האָט אים װוידער באגאָסן א שווייס און ס'איז שװוערער גע- װאָרן צו אָטעמען. ער האָט דערהערט דאָס אייגענע הארצקלאפּעניש. גוט, װאָס ייעל איז שוין ניטאָ דערבײַ, און זאָל אויך שוין קיינער ניט ארײַנקומען דעם גאנצן רעשט טאָג. וועט ער קאָנען ראק טראכטן און טרוימען. װאָס האָט ער שוֹין איצט צו רעדן מיט מענטשן! מיט
27
װאָס קאָן ער זיך מיט זיי טיילן? ער װאָלט איצט געװאָלט לאָזן דעם קויעך-:האדימיען!, און זאָל ער אים פירן, גלײַך װי ס'איז נאָך גאָרנישט ניט געשען מיט אים. זאָל ער אים פירן צום װײַטערדיקן, צום שיינעם אָסיד?. ס'זאָל הייסן: ער, יויסעף בען מעיֵר, האָט גאָר לאכלוטן א טאָעס געהאט. די קרענק װעט אריבער. ער װעט באָרעכהאשעם גענעזן װערן, און ס'שטייען אים נאָך פאָר פּרעכטיקע איבערלעבונגען,
ער דארף זיי איצט זייער נייטיק, אָט די זיסע צוקונפט-טרוימען. זיי האָבן אָבער איין גוואלדיקן כיסאָרן: דו האָסט צו טאָן מיט זאכן, װאָס זײַנען נאָך ניט פאָרגעקומען, און דאָס, װאָס עס װעט יאָ געשען, ווייסטו ניט, צי עס װעט זיך טאקע באקומען אזוי, װוי דו טראכסט איצטער, וי דו װאָלסט געװאָלט, אז ס'זאָל זײַן... און דאָ כאפּט זיך נאָך אונטער דער געדאנק וועגן טויט, מאכט ער ביכלאל כאָרעוו די גאנצע געבײַדע. דאָס אלדאָס אויסגעטרוימטע צע- קריכט, װי א גאָס וואסער אף א שטיין. ער טרײַבט פון זיך די בייזע מאכשאָוועס, וועלכע פירן ארוף צו דעם, װאָס מע רופט מיטן קורצן נאָמען ,טויט". נאָר זיי טוען זיך זייערס, זיי לאָזן אים שוין אזוי גיך ניט אָפּ. ער װיל בעסער טראכטן וועגן לעבן. ער נעמט אפן זינען דעם סאמע אָנהייב פונעם מענטשנס זײַן, דעם געבורט. קומט ער גלײַך צו דער מאסקאָנע, װי ענלעך זײַנען זיי איינס צום צוייטן: דער געבורט מיטן טויט. מע קאָן זיך פאָרשטעלן, אז אָט דאָס קליינע אייפעלע, נאָך אין דער מוטערטראכט, ווייסט, אז אין א קליין שטיקל צײַט ארום װעט עס דארפן פארלאָזן דאָס אָרט, אין וועלכן עס געפינט זיך. מיט שוידער טראכט עס: ויַאזוי גייט מען אװועק פון אזא ווייך:ווארעם זיכער ערטעלע, װוּ דער ארום איז אזוי צאפּלדיק פילבאר און לײַכט-פּוכיק, װוּ מ'איז אזוי גוט באשיצט פון יעדן מין קלאפ און צו" זאמענשטויס?.. און אז ס'קומט די צײַט צו פארלאָזן די מוטערטראכט, גוואלדעוועט אוואדע דאָס נעפעשל: אן עק! אָט דאָ קומט שוין דער סאָף! און עס װוערט זיך, עס ויל זיך ניט ארויסקלײַבן פון אזא ווארעם ענג נעסטעלע. קומט עס אָבער ארויס אף דער ליכטיקער שײַן און ס'דערזעט אזא ברייטן שיינעם ארום, מיט אזויפיל לופט און רוים, מיט אָט דעם אלעמען, װאָס הייסט לעבן, -- פארגעסט עס אינעם פריִערדיקן פינצטערן ועלטל. צי דער מאלעך האָט עס יאָ א שנעל געטאָן אף צו פארגעסן, צי ניט, אלציינס, דאָס באשעפענישל איז גאנץ קאָנטעט מיטן נײַעם מין לעבן. אָט אזוי שטופּט יעדער איינער אָפּ דאָס באשערטע ביסל יאָרן, און אז ס'קומט װוידער די צײַט, ווען מע מוז פארלאָזן די ווארעמע נעסט פונעם ערדישן שטיקל וועלטל, ווילט זיך ווידער ניט, פּונקט װי דעמלט, ווען ס'האָט זיך ניט געװאָלט ארױיסקלײַבן פון דער ווייכער מאמעס טראכט. פּונקט אזוי, װי ס'האָט דעמלט געמיינט, אז דאָס איז שוין דער סאָף, אזוי טראכט מען אויך איצט וועגן סאָף פונעם לעבן, וועגן דעם, װאָס מע רופט אָן טויט. איז אוועלכער פון אָט די צוויי טויטן איז טאקע דער עמעסער!
אָט דאָס איז, אפּאָנעם, די גרויסע נאפקעמינע צװוישן לעבן און טויט: דאָס אומקערן זיך צוריק צו א לעבן, צו אָט דעם, װאָס מיר רופן איצט טכיאס-האמייסים. דאָס איז א זאך, װאָס איז. נאָך דערװײַל אויסער צײַט און רוים. דער טויט אָבער איז אן איניען א מאמאָשעסדיקער, און דער גאנג צו אים איז א גאנץ זיכערער. קומט ער צו גיין, בלײַבסטו שוין מיט אים עד ביאת המשיח". װאָלט גוט און װויל געווען, אז מע זאָל אים קאָנען באגעגענען מיט א גוטמו- טיקן באָרעכהאבאָ. מיילע, װאָס האָב איך שוין אזוי דערלייגט מיט מײַן קומען אף דער װעלט? איך בין געקומען א הויל-נאקעטער, סײַ מיטן גוף, סײַ מיט דער נעשאָמע, און גיי פון איר אוועק אן אָנגעפּעלצטער, אין זינען פון רועך, מיט קאָלטוּו. איז א דאנק דעם באשעפער פאר דערפאר אויך. ווען איך זאָל זיך אזוי ניט קלאמערן אין דעם דעראָבערטן ביסל כאָכמע און וויסן, װאָלט איך זיך נאָך געקענט טרייסטן מיט אזא מין מאכשאָװוע. פארװאָס, אז א מענטש האָרעװעט זיך גוט אָן, איז ער זיך מעכײַע, ווען ער קאָן זיך צולייגן א דרעמל טאָן? קיין זאך איז אים דעמלט ניט אזוי נייטיק, װי דער זיסישטארקער שלאָף. פארװאָס זאָל זיך אזוי ניט גלוסטן א מענטשן די איײיביקע רו, װי ס'גלוסט זיך אן אויסגעמאטערטן דער שלאָף? מאכמעס דער טויט, אפּאָנעם, קומט שטענדיק פאר דער צײַט. נאָך איידער ס'האָט װי ס'בא- דארף צו זײַן דערעסן דאָס לעבן. מעגלעך, ווען מע לעבט מעסושעלעכס יאָרן.. צי אפילע א ביסל וייניקער. זאָל זײַן אזויפיל, וויפל ס'איז געגעבן געװאָרן דעם מענטשלעכן גוף אף אויסצוהאלטן. אלקאָלפּאָנעם, ווען יעדער איינער זאָל זיך קאָנען גענוג אָנזעטיקן מיטן לעבן, װאָלטן מיר עפשער דעם טוט אויך אזוי אופגענומען, װי א מידער דעם שלאָף! איך װאָלט שוין דעמלט אזוי ניט געציטערט און ניט געפלאטערט איבער דער כײַע-שאָ. װוי א געװוּנטשע- נער סאָף פונעם מענטשנס לעבן, װאָלט דער טויט עפשער געקומען וי א צײַטיקע פּיירע, װאָס פאלט אליין מיטן גוטן ווילן אראָפּ פונעם בוים.
: פאנטאזיע; ? צוקונפט; * אד ביאס האמאָשיעך -- ביז מאָשִיֶעך װעט קומען.
28
דוכט זיך אים איצט, אז אף אָט די אלע פינצטערע געדאנקען פירט אים ארוף דער סאָטן, אָט דער באגלייטער זײַנער אין די אלע נעסיעס, װעלכע ער האָט באשריבן אינעם ,סייפער שאאשוים". ער האָט אים אליין געשאפן, אָט דעם סאָטן-האמעקאטרעג, קעדיי צו האָבן מיט וועמען זיך אױסטײַנען, כקירען און זיך אמפּערן. ער האָט מיט פארגעניגן געפירט מיט אים דעם וויקועך אף די אלע זײַטן פונעם גאנץ היפּשן קסאוויאד. איצט, ווען דער כיבור איז שוין לאנג פארענדיקט און ער דארף אים, דעם שעד, אף טױיזנט קאפּאָרעס, איז יענער אליין געקומען און שטייט אים פאר די אויגן. ער רעדט צו אים קלוימערשט אין נאָמען פון דעם, װאָס מאכט א סאָף צום סאָד-האבריע'. װאָס זשע ויל ער פון אים, דער מאלעכהאמאָ- וועס? ס'מאכט אן אײַנדרוק, װי ער װאָלט געװאָלט, מע זאָל אים לױבן, מע זאָל אים מיט זמירעס באזינגען, מע זאָל וועגן אים א צווייטן סייפער שאאשוים שאפן, װײַל ער איז דער מאלעך-האגויעל, װאָס ברענגט די אייביקע רו דעם מענטשן.
-- און ס'איז דאָך אזוי גרינג צו קומען דערצו, -- רעדט אים אײַן דער אומגעבעטענער שעד איינאן, װאָס איז װי א לעבעדיקער אראָפּ פון די בלעטער פון זײַן כיבור. -- ער איז אוועק מיטן װינט און איז ניטאָ מער, און דו בלײַבסט ליגן אין פרידן און זיכער, װי אין דער שטארקסטער פעסטונג. דערבײַ, -- גיט ער צו: -- דו װעסט דאָרט זײַן באשיצט פון יעדן מין בייז און שלעכטס, װאַס עס קאָן קומען פון א סוינע, וי אויך פון א פרײַנט. פאר גוטע, װי אויך פאר שלעכטע מײַסים, -- שמייכלט דער שעֶד, -- װעט זיך עס אלץ ענדיק, װי א פאלשער, װי א בייזער כאָלעם. דאָס לעבן האָט דיך זיכער אין עפּעס-װאָס אָפּגענארט, אנ- טוישט. בא מיר, -- בארימט זֹיך דער שעד אינעם נאָמען פונעם מאלעך-האדוימע:,---איז ניטאָ קיין גענארערײַ. בא מיר איז דער ריינער עמעס. דאָס לעבן האָט דיך אומריין געמאכט, און איך װעל דיך מעטאער זײַן. אָט ליגסטו אפן געלעגער: טראכסט, קלערסט, ברעכסט זיך דעם מויעך. די ראיוינעס פּלאָגן דיך. בא מיר אָבער װעסטו ניט הערן קיין פאלשע רייד, און דו אליין װועסט ניט דארפן אָנקומען צו שעקער-װעקאָזאָוו, בא מיר װעסטו ניט דארפן װאָגלען און וואנדערן. איך בין דײַן לעצטע היים. דאָס איז דײַן לעצטער טכוםישאבעס. אָט די גרענעץ װועסטו שוין ניט אריבערשפּאנען..
...אוֹן װי ער װאָלט געװאָלט דערזען דאָס, װאָס ער װעט ניט אריבערשפּאנען, האָט ער א דריי געטאָן דעם קאָפּ, און ס'האָט אים גענומען שווינדלען אין די אויגן. ער שטוינט. ס'האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז אין איין ווינקל פונעם צימער איז דער סופיט װי מעשופּע געװאָרן, הענגט אראָפּ נידעריקער, װי אין די איבעריקע ווינקלען. האָט ער זיך ניט געפוילט אראָפּצו- גיין פונעם געלעגער, און פון דער נאָענט האָט ער דערזען, אז ניט נאָר דער סופיט, נאָר אויך דאָס שטיקל דיל אונטער זײַנע פיס, דער גאנצער ווינקל נייגט זיך אף אראָפּ און שאָקלט זיך, שאָקלט זיך ביז צום אומפאלן.
...דעם גוואלד האָט אופגעהויבן יאקאָוו בען עליעזער. ער איז ארײַנגעקומען אין ביינהאש- מאָשעס, צווישן מינכע און מײַרעו, מעוואקעריכוילע זײַן דעם אלטן זאבארען, און ער האָט אים ניט געטראָפן אפן געלעגעך. האָט ער שוין געװאָלט אוועקגיין, נאָר ער האָט דערזען אינעם װײַטן ווינקעלע עפּעס א פארטונקלעניש. װאָס זאָל עס דאָרט זײַן אזוי אָנגעװאָרפן? דער כוי- לע איז געלעגן אין כאלאָשעס, אײַנגעבויגן, האלב אָנגעשפּארט אין דער וואנט. ווען מע האָט אים אָפּגעמינטערט, שוין אפן געלעגער, האָט מען אים ערשט אײַנגעגעבן א מין שלאָף-גע- טראנק, און ער איז רויִק אָפּנעשלאָפן די גאנצע נאכט.
יויעל האָט קיין אויג ניט צוגעמאכט. ער האָט געוואכט לעבן טאטנס בעט, ביז ס'האָט שוין גוט אָנגעהױבן טאָגן. װען נאָך פרישטיק זײַנען ארײַנגעקומען אלכאריזי, איבן סיגאל, דער נאָך איבערגעשראָקענער יאקאָוו בען עליִעזער, האָט יויעל נאָך אלץ געפּיקט מיט דער נאָז אף א שטול לעבן טאטנס בעט. זיי האָבן אים מיט גוואלד אָפּגעשיקט כאפּן א דרעמל, זאָל זײַן נאָר אף א פּאָר שאָ, אָבער ניט זיצנדיקערהייט זיך ברעכן. װאָס פאר א טאם האָט עס נאָך אזא לאנגער נאכט אוף זײַן? קאָלזמאן זיי זײַנען דאָ, מעג ער זײַן רויַק.
דער נאָדיוו אליין איז געזעסן לעבן כוילע שוין נאָך האלבן טאָג. ער האָט אלעמען ארויסגעשיקט פונעם צִימער: אז ער װערט גאָרניט מיד, דער כוילע-מעסוקן, דעם גאנצן טאָג מיט אלעמען צו פּלאפּלען! דאָ האָט ער עפּעס װאָס צו דערציילן איבן סיגאלן און דער- בײַ זיך באגריסן מיט א נײַעם באזוכער, דאָ דארף ער זיך א סוידע טאָן מיטן זון. און ווען איבן שעשעט איז שוין דאָ געזעסן, האָט די קליינע קאנסומע, איבן סיגאלס פרוי, געבעטן,
: סאָד פונעם באשאפן װערן! ? דער מאלעך, װאָס באגעגנט די טויטע אף דער שװעל פון יענער- וועלט.
29
מע זאָל זי לאָזן ארײַנקומען אף געציילטע מינוטן. זי װיל אויך מעקײַעם זײַן די מיצווע פון ביקור-כוילים. זי האָט זיך טאקע לאנג ניט פארהאלטן. זי האָט פארלאָזט דעם כיידער צוזא- מען מיט אלע איבעריקע.
..און אָט ליגט ער שוין װידער אויסגעצויגן אפן געלעגער, און ביכדיי צו טרײַבן פון זיך די מאָרעשכױרע, אז ער איז שוין טאקע א נױיטע-לאָמוס, אז ס'ליגט שוין דער טוט אף זײַן פּאָנעם, זינגט ער זיך אינדערשטיל קאפּיטלעך טילים, וועלכע ער געדענקט אף אויסוויי- ניק, און ער פילט זיך קימאט גליקלעך, װאָס צװישן די אלע זינד, וועלכע װוערן דאָ דערמאָנט, איז ניטאָ אפילע קיין סימען פון די װייניקע כאטאָיִם, וועלכע ער איז יאָ בא זײַן לעבן בא" גאנגען, דערהופּט דער כעט פונעם שטענדיקן ארומוואנדלען.
קוויקט ער זיך איצט מיט דער האנאָע, װאָס ער האָט פון יעדן ארויסגעזונגענעם אָדער ארויסגעזאָגטן פּאָסעק, וועלכער איז געשריבן געװאָרן מיט די שטארקסטע פּיוטימיטלען, קאָי לירפול װי דער רעגנבויגן, און פײַערדיק וי די זון. ער דערמאָנט זיך אין דער געמאָרע בראָכעס, װוּ ס'ווערט דערציילט, אז די טויערן פון געזאנג זײַנען געעפנט געװאָרן און ס'זײ- נען געקומען פון דאָרט דאָס טרעלן פון די זינגפייגל, דער געשאָרך פון די בלומען, בייס זי צעעפענען דעם געבלעטער באם פארטאָגיקן ארויסגעבן דעם רייעך-ניכויעך זייערן, דער איידעלער געפליסטער פונעם ווינט, װאָס שפּאצירט צװוישן די צװײַגן פון די גאניידן-ביימער, דאָס ציטערדיקישטילע ריזלען פון די וואסער-קוואלן און דער שטורמישער געלויף פון די טײַכן. פון דעם אלעמען איז געשאפן געװאָרן די נעשאָמע, וועלכע האָט געדארפט ארײַנגעבלאָזן ווערן אינעם עמבר;אָן, װאָס איז נאָך געלעגן אין דער מוטערס בויך, און דאָרט, נאָך פארן געבוירן װוערן, האָט דער שפּעטערדיקער דאָװידיהאמעלעך אויסגעזונגען זײַן באָרכיינאפשי, װוּ יעדער װאָרט איז א פּערל, און ווען די דאָזיקע פּערל זײַנען נאָך אָנגעסילעװעט אף א שנירל, פול מיט געדאנקען, האָט זיך טאקע באקומען דאָס טײַערסטע שטיקל צירונג, װאָס מיר װועלן עס טראָגן מיט שטאָלץ און מיט ווירדע ביזן סאָף.
ער באװוּנדערט זיך אליין, װאָס ער איז פּלוצעם אין אזא זינגעוודיקער שטימונג ארײַנ- געפאלן. אזוי באטאמט און מיט אזא מעסיקעסדיקער באהארצטקײַט זינגט ער אס א קאי פּיטל נאָך א קאפּיטל. װאָס איז הײַנט מיט אים אזוי גרויס די געדולע? װער װוייסט, וויפל ס'איז אים נאָך געבליבן צו דערהאלטן זיך באם לעבן? נאָר אלציינס, דער, װאָס האלט אין פאלן, ציילט שוין ניט די טרעפּ פונעם אראָפּנידערן זיך. אים שרעקט שוין ניט אזוי דאָס אוועקגיין פון דער וועלט. ער איז שוין קימאט װי גרייט דערצו. ס'פארדריסט אים נאָר, װאָס ער ווייסט ניט דעם טאָג און די שאָ... און דעריקער, װאָס ער װעט ניט קאָנען כאפּן די מינוט, ווען ער װעט שוין אָנהײיבן ניט וויסן, אז מער לעבט ער שוין ניט.
מיט אָט דער גרײיטקײַט צום ,ניט לעבן" זײַנען אריבער נאָך עטלעכע טעג. פאר דער צײַט איז ער גאָר אָפּגעשואכט געװאָרן. ס'איז שווערער געװאָרן צו אָטעֶמען, און בא יעדן ריר און באוועג האָט דאָס הארץ מעשונעדיק גענומען קלאפּן.
דאָס סאמע ערגסטשי אָבער איז דאָס ארויסדרינגען פונעם בלוט אף אוסן. ס'האָבן אָני געהויבן בלוטיקן די יאסלעס. צװישן די ציין איז שטענדיק פול געװען מיט רויטס, פון די נאָזלעכער האָט א פּאָר מאָל א שטראָם געטאָן דאָס בלוט, און דערבל האָט ער לאכלוטן אָנ- געוווירן דעם כיישעק צו נעמען עפּעס אין מויל ארײַן. די שלאָפּלאָזיקײַט האָט אים אויך פאר- מאטערט, װײַל פון דעם, װאָס אים איז שווער געװאָרן דער קאָפּ, דערהויפּט דער אונטער- שטער טייל, דער געניק און די שלייפן, און דער שלאָף קאָן אים ניט נעמען, פארמאכט ער אָפּט די אויגן, ס'זאָל זיך אױסװײַזן פאר די ארומיקע, אז ער דרעמלט. אָט אין אזא ,דרעמל- צושטאנד" האָט אים באזונדערס געערגערט דאָס שטענדיקע אכטונג געבן אף אים. ער האָט אפילע פארשטאנען, וולאזוי און מיט װאָסערע אויגן מע קוקט אף אים. האָט ער זיך װי קלוי- מערשט א ריס געטאָן פונעם דרעמל און דערזען פאר זיך יױיעלן, װועלכער באטראכט אים פארלאָרן און טרויעריק. װאָס איז פאראן מערער אינעם זונס בליק, -- ברענט אים דורך א מאכשאָווע, -- ליבשאפט צי ראכמאָנעס? דאָס לעצטע טוט אים א קלעם פארן הארצן ער האָט שוין געעפנט דאָס מויל עפּעס צו זאָגן, און א ניט אָפּגעװישטע טרער האָט זיך דער" קײַקלט ביז צו דער נאָז. האָט ער שוין גאָרנישט ניט געזאָגט, און איבער דעם אלטנס ליפּן איז אזוי געבליבן שטעקן דער פארשולדיקטער שמייכל איבער דעם, װאָס ער האָט עס ניט ארויסגעזאָגט.
-- נארעלע, -- האָט ער דעם זון געװאָלט א טרייסט אונטערטראָגן, -- דאָס שטארבן איז גאָרניט אזוי שרעקלעך, װי אנדערע מיינען. א סימען האָסטו: די טויטע ויינען ניט, די לעבעדיקע באוויינען זיי.
30 וע
אינעם זעלבן טאָג, פארנאכט-צו, האָבן זיך בא זײַן בעט צונויפגעזאמלט אלע די, װאָס האָבן דאָ א שײַכעס צו כאָכמעסיהארעפוע. אויך דער קריסטלעכער שטאָט-רויפע איז געווען דערבײַ. ס'האָבן זיי איבערגעשראָקן דער בלוט-ישטורץ פונעם האלדז און דער בלוטפלוס. איצט האָט עס זיך אײַנגעשטילט. דוכט זיך אים אָבער אויס, אז ער פארלירט די ריַע. עמעס, אין צימער איז שוין טאקע עטװאָס טונקעלער, אָבער פונדעסטוועגן איז דאָך נאָך היפּשער טאָג, און פאר אים גיסן זיך צונויף די געזיכטער פון די מענטשן, און ס'באקומט זיך, װי אלע װאָלטן זיי געהאט איין און דעם זעלבן פּאָנעם. ער לאָזט זיך באטראכטן, און ס'איז צו בא- מערקן, װי באם רעכטן אויג איז דאָס נעץ-הײַטל אָנגעצונדן װי פון א בלוט-אויסגוס. דאָס לינקע אויג איז לויטערער, טוט עס אים אָבער וויי, און ער באמיט זיך עס פון צײַט צו צײַט צו פארמאכן,
ס'איז אים שער געװאָרן דאָס בײַזײַן פון די מענטשן. אים װײַזט זיך אויס, אז ווען ער איז אליין, װאָלט זיך אים עפשער איצט אײַנגעגעבן א דרעמל טאָן. האלט ער צוגעמאכט די אויגן, איז אים אָן אן ערעך גרינגער. דער געהער איז וי ס'באדארף צו זײַן. ער הערט זיך אײַן אין דעם, װאָס מע רעדט, און דערקענט גלײַך דעם ריידער לויטן קאָל, נאָכן טעמבער פון דער שטים, אפילע לויטן זיפץ, װאָס בא ועמען פון זיי טוט זיך א כאפּ ארויס. פּונקט אזוי אָנגעשטרענגט און קלאָר ארבעט נאָך בא אים דער מויעך. ער פארשטייט, אז איצט, קאָלזמאן ער האָט עס נאָך בעיאד, װאָלט ער פאר אָט דער איידע מענטשן געדארפט א זאָג טאָן דאָס איינציקע, דאָס ריכטיקע און דאָס נייטיקסטע װאָרט. דאָס װאָרט, װאָס זאָל אין זיך קוילעל זײַן אלץ, װאָס א מענטש האָט צו זאָגן פארן גרויסן אוועקגיין. א װאָרט פון די ווער- טער, װאָס װערן געשאפן באם צעשטערן דעם סיידער פונעם אלעפבייס, ווען מע זעט פאר זיך די שוועבנדיקע אויסיעס. אָט דעמלט קומט דער גרויסער נעס פון יעצירע.. 1
איז וועגן װאָס פאר א יעצירע קאָן איצט גיין א רייד! אז ער האָט שוין פארלוירן דעם גאנצן קויעך פון װעלן עפּעס און דערמיט אויך דעם כיישעק זיך צו אנטקעגנשטעלן דעם אלעמען, װאָס שטערט אים.
אָט, צום בײַשפּיל, דאָס װעלן זײַן איצט אליין. ער װעט עס זיי ניט זאָגן, און פון דער צווייטער זײַט, פארדריסט אים אפילע, װאָס ער האָט איצט אזא באגער. ער האָט דאָך אזוי ליב געהאט מענטשן, זייערע רייד, דאָס טומלען זייערס, אויך מאכלויקען, אז ס'איז אויסגע- קומען. ער האָט א גאנץ לעבן געקרענקט ניט אזוי מיט ליבע צו דער װעלט אָדער ליבע צו דער נאטור, וי מיט ליבע צום מענטשן. איצט איז אים אזוי דערווידער דאָס האװועניש זיי- ערס ארום זײַן גסיסע-בעט, און קיין איינער פון זיי טראכט גאָרניט צו פארלאָזן דעם צימער,
ווען ס'האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז ער איז טאקע בעעמעס אליין, איז בא אים געווען אײַנגערעדט, אז ער האלט נאָך אלץ אין איין שרײַבן זײַן שפּיל-בוך, דעם , סייפער שאאשוים". די שפּיל איז נאָך װײַט ניט געענדיקט, האָט ער זיך געטרייסט. זײַן אייגן לעבן איז אויך א מין שפּיל, און ס'קאָסט אים צו טײַער דאָס ארויסגיין פון אָט דער שפּיל. אָט דערפאר טאקע װעט ער זיך האלטן מיט לײַב און לעבן פאר זײַן כיבור, האגאם ער איז איצט אין א גרויסן פּלאָנטער. פאָרקומענישן פון זײַן ,סייפער שאאשוים" פּלאָנטערן זיך מיט מײַסעס פון זײַן שװאָגער שעמטאָוו וועגן די האריגעס אין דער שטאָט קושטאָ, און דאָ קומט אים אפן זינען דער גרויסער בראָך מיטן טוט פון ראמבאם. ער איז איצט א גאנץ נאָענטער מעכוטן מיטן מאלעכהאמאָוועס. אָט געפינט ער זיך ערגעץ אין אזא מעכטיק גרויס לאנד, װוּ דער מוישל זייערער איז ניט קיין קלענערער דעספּאָט פון פּארע מעלעך מיצראים. יענער האָט זיך פיר- גענומען צו פארניכטן עוללים ויונקים?, און דער האָט זיך אונטערגענומען צו פארטיליקן דעם רויפים-שטאנד. אויך ער, יויסעף בען מעיַר זאבארע, געפינט זיך צװישן די פארטריבענע אף א פארװאָרפענעם אינדזל, װוּ מע קומט אום פון שװערער האָרעואניע. טראכט ער בא זיך: אָט דאָס האָב איך דערלעבט? צוליב דעם בין איך עס אויסגעווען װוּ ערגעץ אן עק, איך זאָל דאָ זען די בעהאָלע אף די אויסגעצערטע טריבע געזיכטער, די װילדע שרעק אין די אויגן בא מענטשן, װאָס רינגלען דאָ ארום דעם כוילע-גויסעס! דאָס שטארבט דער שלעכטער הערשער, דער טיראן, דער פּארע. ער האָט שוין פארלאָרן דאָס לאָשן, און װי מע זאָל אים האלטן אין ווארגן, דרייט ער מיטן קאָפּ און פאָדערט מיט די פארגלייזטע אויגן: ברענגט זיי מיר, די אלע רויפע-כוילים, װאָס איך האָב אומגעבראכט. זאָלן זיי מיך ראטעװוען! פון זײַנע האלב-טויטע בליקן בליצט מאמעש מיט סינע און מיט דראָונג, נאָר ער קאָן קיין װאָרט ניט
: שעפּערישקײַט; ? אױלאָלים ועיוינקים -- קליינווארג און זױיגיקינדער.
41
ארויסברענגען. שרײַט צו אים דער קראנקער זאבארע, און װאָס ער װיל זאָגן, װייסט ער אליין ניט...
ווען דער זון האָט אים אופגעוועקט, איז ער געלעגן אין דער ברייט פון געלעגער, און בייס יוױיעל האָט דעם קאָפּ זײַנעם צוריקגעלייגט אפן צוקאָפּנס און אים צורעכט געמאכט דאָס בעטגעוואנט, האָט ער מיט א שװוערן אָטעם געפּרוּװט עפּעס דערציילן, נאָר ס'האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן.
איז ער געבליבן ליגן אין א האלב באװוּסטלאָזן צושטאנד, דער קראנקער זאבארע, הא" גאם ער האָט נאָך פון צײַט צו צײַט אלץ ארויסגעבראכט איינצלנע װערטער, נאָר שוין אָן געשריי. דאָס רעדט ער אזוי מיט דעם װײַב, מיט יויעלס מוטער. ער גיט איר צו וויסן אז דער זון שטייט דערבײַ, דער איינציקער יוירעש זייערער. מער פארמאָגט ער ניט. און װען זי רעדט אים אויס שוין דאָס וויפלסטע מאָל, האלעמײַ האָט ער טאקע א צוייט מאָל ניט כא- סענע געהאט, װאָלט עפשער געווען נאָך א זון, זאָגט ער צו איר:
--- מיינסט, אז א צװײַג, װאָס טראָגט אף זיך מער פון איין פּײירע, װערט ניט אײַנגע- בראָכן?--ער רעדט מיט איר גאנץ אָפענע דיבורים, און װי איינער, װאָס װייסט שין גאנץ גענוי, אז ער גייט פון דער װעלט, קאָן ער דעריבער זיך אָפּגעבן א כעזשבן"האנעפעש. -- איך ווייס אליין, -- איז ער זיך מוידע, -- אז איך האָב אָפט געבויט לופטישלעסער, האגאם איך האָב א סאך מאָל ניט געװוּסט, װוּ א טיר עפנט זיך. מערערע מאָל האָב איך פּאָשעט ניט געהאט דעם ניטיקן שליסל. איך האָב זיך זייער גוט געקענט, און אף אלע מײַנע מײַסים האָב איך געקאָנט קוקן מיט אָפענע אויגן. בענעגייע אלץ אין מײַן לעבן בין איך שטענדיק געווען ביז גאָר ניכטער. נאָר אף מײַנע טרוימען האָב איך קיין שליטע ניט געהאט. דאָ בין איך שוין אינגאנצן פארבלענדט געװאָרן. און אפן שענסטן כאָלעם מײַנעם..--און דאָ איז אים אף די ליפּן געבליבן הענגען דאָס לעצטע װאָרט, װאָס ער האָט ניט באויזן ארויסצו" ברענגען.
...ער איז דאפקע געשטאָרבן מיט א װוּנדערלעך-רויקן טויט. דאָס איז שוין געווען אינ- דערפרי. די נאכט איז געווען זייער א שװערע. די מענטשן, וועלכע האָבן געוואכט ארום אים, האָט זיך עטלעכע מאָל געדאכט, אז דאָ האָבן זיך שוין אָנגעהױיבן די גסיסע-ליידן. ס'האָט געשראָקן זײַן פּלוצעם געענדערט פארדומפּט קאָל, װאָס האָט זיך געהערט װי פון א װײַטער פרעמדער װעלט. אן אנדערשמאָל, אין א קימאט גויסעסדיקן צושטאנד, האָט ער גענומען מאכן מיט די פינגער פון דער רעכטער האנט אינדערלופטן, װי ער װאָלט געװאָלט עפּעס דרינגענד פארשרײַבן. וען מע האָט אים געגעבן די פעדער אין האנט מיט א שטיק פּארמעט אפן צודעק און ער האָט זיך געפּרוּװט אופזעצן, האָט אים פארכאפּט דער אָטעם, און די פּײַנלעךיהאסטיקע אָטעמצוגן מיטן צעעפנטן מויל האָבן באוויזן, װי די לעבנסדאָרש- טיקע נעשאָמע זײַנע ראנגלט זיך און יל ניט אװעקגיין אזוי לײַכט פון גאָטס ערד.
צו פארטאָג-צו האָט ער מיט די אויגן געזוכט דעם זון. ווען מע האָט אים דערקלערט, אז יויעל איז שוין געפאלן פון די פיס און ער איז אװועק אף א קליין שטיקל צײַט א שלאָף טאָן, האָט ער זיך אויך.בארויקט. די גסיסע האָט זיך בא אים, אפּאָנעם, געצויגן לאנג און שטיל. זוען ער איז שוין געלעגן א קאלטער, האָט זיך אויך אף אים גאָרניט ניט געענדערט. ווען מע זאָל אים ניט געווען צומאכן די אויגן, װאָלט זיך געקענט דוכטן, אז אָט װעט ער א שמייכל טאָן. האגאם, װי בא אלע מייסים, איז אף זײַן פּאָנעם געלעגן א מין ערנסטקײַט און א כשיוועס. די זוןדשטראלן זײַנען שוין ארײַנגעדרונגען דורך די שמאָלע פענצטער-שפּאלטן. ארום דעם איבערגעדעקטן מעס האָט געזשומעט א מוק מיט פליגעלעך פון קרעם-קאָליר. עפּעס איז דאָ אלצדינג בוילעטער געװאָרן: אי די קאָלירן בא דער העלער זונען-שײַן, אי דער צוגע- דעמפטער רייעך, אי דער אָפּקלאנג פון עמעצנס א שטילן זיפץ, און אפילע די שטילקײַט, װאָס האָט וי אויסגעשריגן דעם ,ברוך דיין אמת"י, װי נאָר יויעל האָט זיך אף דער שװעל באוויזן.
בא יויעלן האָט זיך דאָס מויל ניט געעפנט. ער האָט אף זיך גלײַך גענומען קריע רײַסן. מיט דער הוילער האנט האָט ער אײַנגעריסן דעם לינקן לאץ פונעם אויבער-בעגעד און האָט זיך באלד אף דער ערד אראָפּגעלאָזט נעענטער צום בארמינען. די כאראָטע-פּײַן, װאָס ער איז פארשלאָפן דעם טאטנס לעצטע מינוטן, האָט אים אָן א שיר וויי געטאָן. פון גרויס הארצוויי- טעק איז אים ענג געװאָרן אינעם שלונג, און די אויגן זײַנען נאָך אלץ געווען טרוקן..
בא װאָס איז ער איצט געבליבן, דער פאריאָסעמטער איין-און-איינציקער יוירעש דעם טאטנס? אך, װי ס'פעלט אים איצט עמעצער אף צו טיילן מיט אים דעם גרויסן בראָך, דעם
1 באָרוך דאיאָן עמעס -- געבענטשט איז דער, װאָס מישפּעט גערעכט (דער שפּרוך, װאָס מ'זאָגט נאָך א טויטן),
2--0 32
גרעסטן פארלוסט, װאָס ער האָט ביז איצט געהאט אין זײַן לעבן. װער װעט עס אים איצט קלענער מאכן די עלנט? ס'פּרוּװט עס טאָן טאנכום, װאַס זיצט דאָ לעבן אים מיט אן אראָפּגע- בויגענעם קאָפּ. ס'האָט אים געװאָלט זאָגן א פּאָר טרייסט-ווערטער די קליינע קאנסומע, האָבן די טילים-זאָגער מיט בייזע בליקן זי אײַנגעשטילט. ווען ער זאָל דאָ האָבן קצינען, אורין, װאָלט ער עפשער ניט געפילט אזוי די איינזאמקײַט און דעם טיפן קלעם, װאָס דריקן אף דער נעשאָמע.
מיט דער לעװײַע האָט זיך פארצויגן ביז דער צוייטער העלפט טאָג. אף די ייִדישע גאסן האָט מען צוגעמאכט די טירן פון די געוועלבער. באלמעלאָכעס האָבן פארלאָזט זייערע ארבעטס-ערטער און אויך צוגעשטאנען צום גרויסן אוילעם אף צו מעקײַעם זײַן די מיצווע פון באגלייטן דעם מעס. קיין שׁוּם ווילד-פרעמדער, װאָס װעט אפילע ניט וויסן, װער איז דער איינער, וועלכן מע באגלייט מיט אזא קאָװעד צו דער אײביקער רו, װעט ניט אױיסמײַדן אויך צוצושטיין צו דער איידע ייִדן מיט די אראָפּגעלאָזטע קעפּ. באגלײַך מיט זיי װעט ער נאָכ- שפּאנען מיט געלאסענע טריט נאָך די כאָשעװע מענטשן פון דער שטאָט, וועלכע בײַטן זיך פון מאָל צו מאָל מיטן טראָגן דעם אָרן. אז דאָס זײַנען בעעמעס די פּנײ פון דער שטאָט, זעט מען אינעם אלטן איבן שעשעטן, דעם גרויסן גוויר און נאָסי, וועלכער איז אויך צװישן די, װאָס געפינען זיך גלײַך נאָך די נושאי המיטה:.
משנכנס אדר מרבין בשמחה?, און ער, יויעל, אין אזא ליכטיק-שיינעם כוידעש אָדער, אין א פרילינג-טאָג, דארף הערן דעם מיט ווייטעק ארויסגעבראכטן העספּעד, װאָס אלכאריזי האָט געמאכט באם אָפענעם קייווער, און גלײַך נאָך דער באערדיקונג -- דעם אייל מאָלע ראכמים, און דאָס נאָכזאָגן דעם ערשטן קאדעש יאָסעם.
וי דערווידער איז אים דערנאָך געװאָרן דאָס אויסהערן אין די אלע שיוע-טעג די טרייסט-ווערטער. מענטשן קומען צו אים מיט מיטגעפיל-אויסדרוקן, און ער זיצנדיקערהייט דארף אף אלץ אָפּענטפערן, עפּעס זאָגן, און ס'לייגט זיך ניט אפן סייכל קיין איין קלוג װאָרט, קיין איין רעכטער געדאנק. ער איז אזוי װי פארטעמפּט געװאָרן פונעם ניט װעלן און ניט קאָנען באטראכטן די לאגע זײַנע. ער טרײַבט פון זיך די מאכשאָװועס, װאָס פּײַניקן אים. ווען ניט דער אלטער מינהעג, װאָלט ער גלײַך אנטלאָפן פונעם שיווע זיצן. אלץ, װאָס ארום אים, און דאָס, װאָס ער טוט אליין, טאָר אים אף קיין רעגע ניט אָפּװוענדן פונעם גרויזאמען גוירל, װאָס איז אף אים געפאלן. ער קען שוין קימאט אף אױסװייניק דעם סייפער איעװ, קויהעלעס, די טרויעריקע פּסוקים באם נאָװי ייִרמעיאָהו. ער האָט געװאָלט עפּעס אראָפּי שרײַבן, האָט מען אים ניט געלאָזט. דאָס הייסט שוין טאָן א מעלאָכע, און דאָס איז ניט קיין קאָװעד פאר דעם, נאָך וועמען מע טרויערט. באמיט ער זיך פונדעסטוועגן ניט אָפּװײַכן פון דעם, װאָס איז אײַנגעפירט װי א מינהעג. היט ער דערפאר אָפּ דאָס ניט אופשטעלן זיך, בעשאס עס קומט עמעצער ארײַן צו אים, זאָל דאָס זײַן אפילע א פרוי, דאָס ניט ענטפערן אף יענעמס א גוט װאָרט, װאָס פאר א גוטס מע זאָל אים ניט װוינטשן, דאָס ניט ואשן זיך מיט קיין ווארעם וואסער, ניט שערן די האָר פון קאָפּ, ניט שנײַדן די נעגל, ניט טראָגן קיין שיך אף די פיס. און װוען ער האָט שוין געמוזט אָנטאָן די שיך באם ארויסגיין פון שטוב, האָט ער אין זי אָנגעשאָטן צוביסלעך ערד.
עס האָבן זיך געענדיקט די שיווע-טעג, נאָך דעם האָט יויעל געדארפט דערציען ביז צו די שלוישים?. פאר דער צײַט איז אדורך דער פריילעכער פּורים און ס'האָבן זיך אָנגעהױיבן די יאָמטעװדיקע פּייסעךיטעג. באלד נאָך די שלוישים, דעם ערשטן טאָג כאלעמויעד פּייסעך, איז יויעל פארבעטן געװאָרן צו איבן שעשעטן אין זײַן כיידער-מעיוכעד. דאָרט זײַנען אויך געווען יאקאָוו בען עליעזער, אלכאריזי און נאָך אייניקע פונעם טאטנס מעקוראָװים. יױיעל האָט זיך א ביסל פארלאָרן בא אָט דעם צונויפקום. ער האַט ניט געװוּסט, צי דאָס איז קלאל א שבת אחים!, אָדער זי זײַנען זיך צונויפגעקומען וועגן אן איניען, װאָס האָט אויך א שײַי כעס צו אים. צוליב װאָס דען האָט מען אים גערופן אהער? און דאָס האָט זיך טאקע גלײַך באשטעטיקט, װי נאָר ער האָט דערזען באם נאָסי אפן טיש דעם טאטנס קסאויאדן
-- דאָ האָבן מיר אָפּגעטײלט זײַנע אייגענע קסאָװים, -- האָט יאקאָוו בען עליַעזער זיך געווענדט צו יױעלן, -- דאָס איבעריקע, קאָפּיעס פון פרעמדע כיבורים, ארויסגעשריבענע ערטער פון קאָלערלײ מעקוירים, האָבן מיר אָפּגעלײגט באזונדער,
: נויסיי האמיטאָ -- די, װאָס טראָגן דעם אָרן? ? מישעניכנאס אדאָר מארבין בעסימכאָ -- וען ס'קומט כוידעש אָדער, איז גְרִויס די פרייד; שלוישים -- די דרײַסיק טרויער'טעג: + שעװעס אכים -- א פרײַנטשאפטלעכער צונויפקום.
33
-- דאָס אלץ איז דײַן פארמעגן, יויעל, -- האָט איבן שעשעט צוגעגעבן, -- איך װעל זיך נאָר דערלויבן לאָזן אראָפּשרײַבן קאָפּיעס פון זײַנע ניט באקאנטע כיבורים, ביכדיי זיי צו פארשפּרייטן צווישן די כאכמיי ייסראָעל.
-- דאָ איז פאראנען, -- האָט יאקאָוו בען עליעזער גענומען ארײַנקוקן אין א פּארמעט, װאָס ער האָט פון האנט ניט ארױיסגעלאָזט, -- א ניטיפארענדיקטער קסאוויאד אונטער דעם נאָמען .תמצית הדם"!. דאָס איז װי א העמשעך פון זײַנעם א פריערדיקן כיבור, -- האָט ער געװאָלט נעמען דערקלערן, נאָר מע האָט אים איבערגעשלאָגן, און ס'איז אװעק א װיקועך: צי איז דאָס ניט א פּױעל-יויצע פון דעם, װאָס ער האָט שוין אליין געפילט א לאנגע צײַט דאָס שלעכטע בלוט אין זיך, און דאָס האָט אים געשטויסן זיך נעמען צו אזא פארהוילענעם געביט אין דער כאָכמאס הארעפוע. אָדער פארקערט, מיטן ארײַנדרינגען אלץ װײַטער און װאָס מער אינעם דערלערנען דעם טאמציס האדאם, האָט ער פּלוצלינג אין זיך אליין אנטי פּלעקט די סימאָנים פון דער קראנקהײַט. און דאָ האָט זיך ארויסגעוויזן, אז האגאם ער איז געווען א גרויסער רויפע, האָט ער אָבער זיך אליין מיט גאָרנישט ניט געקאָנט העלפן.
יוױיעל האָט זיך ניט ארײַנגעמישט אין די רייד. ער איז געפּלעפט געווען פון דער יעדיע, אז דער טאטע האָט געשריבן וועגן דעם עצעם פון בלוט. ער האָט עס קיינמאָל ניט געהערט פון אים, און אין מעשעך פון זײַן קורצן קראנק זײַן האָט ער זיך מיט גאָרנישט ניט אויס- געגעבן, אז ער האָט עפּעס מער גרינטלעכע יעדיעס אין אָט דעם איניען. אדעראבע, ער האָט מיט האכנאָע אויסגעהערט יעדן איינעם, װאָס קאָן עפּעס זאָגן בענעגייע דער בלוטיקראנקהײַט.
אלכאריזי האָט א סאָף געמאכט צו דער פּאָלעמיק, נעמענדיק פּאָרלייענען דעם פארי שטאָרבענעמס א שיר ,אראלים וחשמלים"?. איבן שעשעטן איז דער שיר אף אזויפיל געפעלן, אז ער האָט באשטימט איבעראכטאָג שאבעס, אז מע װעט דערלעבן און זײַן געזונט, אים אליין אײַנכאזערן מיט די מיספּאלעלים, און זאָל ער אזוי געזאָגט װערן אלע יאָרן אין דער זעלבער צײַט צום אָנדענק פון דעם מעכאבער. אלכאריזי האַט נאָך דורכגעלייענט דעם גע- שטאָרבענעמס א פּיוט ,עיני לבבי"? און א סליכע ,זבח בן אביון"*, װוּ די אויסיעס פונעם שעם זברה (זאבארע) זײַנען ארויסגעפירט באם אָנהייב פון די כרוזים.
אָבער ניט נאָר צוליב דעם אליין האָט מען אײַנגעלאדן ייעלן אף אָט דער כאָשעװער מעסיבע. צװוישן די איבערגעבליבענע קסאָװים האָט מען אויך געפונען אף א פּארמעט פון א פרעמדן כיבור דעם טאטנס א ניט דערשריבענע צאװאָע. ער הייבט זי אָן מיט א מין ווידע. ער ווייסט, שרײַבט ער, אז דעם נויטע לאָמוס? איז מען מעכוּיעוו צוצורעדן, ער זאָל ניט מוירע האָבן ווידע זאָגן, װײַל ס'טרעפט, אז דער, װאָס איז זיך מיסוואדע, בלײַבט לעבן, און דאפקע דער, װאָס ציטערט פאר דעם, פארלאָזט די װועלט װי א שטומער באלכײַ. אים דארף מען שוין דערמיט ניט טרייסטן. ער ווייסט בעלי-סאָפעק, אז זײַנע טעג זײַנען געציילטע. וויל ער, איידער ער וועט אוועקגיין, בעטן מעכילע בא אלעמען, קעגן װועמען ער האָט געזינדיקט, וי מיט מײַסים, װי מיט רייד, דערנאָכדעם, ווען ער גיט אָפּ דאָס רעכט און א ליב דעם אייבערשטן און זײַן גערעכטן מישפּעט, בעט ער בא אלע זײַנע מעקוראָװים און פרײַנט, זי זאָלן מאשפּיַע זײַן, אז דֶער זון זײַנער יויעל בען יויסעף זאבארע זאָל נאָך הײַנטיקס יאָר, אינעם יאָר פון זײַן פארגיין אין דער אײביקײַט, זיך אָפּזוכן זײַן זיוועג. ער װאָלט אוואדע געװאָלט, אז דאָס זאָל זײַן די באס אָפּיציַאל. דאָס הארץ זאָגט אים, אז זי איז דאָס דער זיוועג מין-האשאָמאיִם, און זיך מיסכאטן זײַן מיט די אָפיציאלס איז אויך פאר אים, פארן טאטן, א זאך פון גאָר גרויסער כשיוועס. די געמאָרע זאָגט אָבער: אז מע טאָר קיין װײַב ניט נעמען, ביז מע זעט זי ניט אפריער. איז דעריבער דער באגער זײַנער, אז יױיעל זאָל אפילע נאָך אין די שלוישים-טעג זיך לאָזן אין וועג ארײַן. ,אויב מײַן טײַערער שװאָגער װעט אינגיכן טאקע פאָרן אהין, זאָל ער אױספּױעלן, אז מײַן יויעל זאָל מיט אים פאָרן צוזאמען. אויב ניט, זאָל דער נאָסי איבן שעשעט נעמען אף זיך די טירכע אױסצוּװוירקן, אז דער זון זאָל בעלי ניידער אויספילן מײַן לעצטן ווילן":
דער פעטער שעמטאָוו איז אװעקגעפאָרן באלד נאָך יויעלס שיווע-זיצן. ס'איז אויסגע" פאלן גלײַך נאָך פּורים. ער איז אָבער געפאָרן ניט צו די אָפּיצ;ַאלס, נאָר פארקערעוועט אף צוריק אהיים. ער האָט ניט געװאָלט, אז די שלעכטע יעדיע וועגן איר ברודערס טוט זאָל צו זײַן װײַב אָנקומען דורך פרעמדע בסורע-אָנזאָגער און ער זאָל ניט זײַן דערבײַ. האָט ער מעוואטל געמאכט דאָס גיכע זען זיך מיט די קינדער און זיך אומגעקערט אף פּייסעך צו זײַן זוטרען.
1 טאמציס האדאם -- דער עקסטראקט פונעם בלוט: ? ערעלים וועכאשמאלים -- מאלאָכים און ליכטיפארשפּרײטער; 5 אייניי לעװאָװי -- די אויגן פון מײַן הארץ; + זעוואך בען עװיוין; * דעם, װאָס האלט באם שטארבן.
34
אף מֿאָרגן נאָך דער מעסיבע האָט יױיעל זיך אָנגעהױבן גרייטן צוזאמען מיט טאנכומען אין וועג ארײַן. ס'איז אים געווען גאנץ שאָפל אף דער נעשאָמע דאָס אװעקפאָרן פונדאנען און דאָס, װאָס א סאך דאָ אין הויז ווייסן גוט די סיבע פון זײַן פּלוצעמדיק גיכן אָפּפאָר. צו איבן סיגאלן איז ער נאָך פריער ארײַן זיך געזעגענען. ער האָט ניט געװאָלט, אז אויך קאנסומע זאָל זײַן צװישן די ארויסבאגלייטער פונעם נאָדיווס הויף. אף עמעצן פון זיי ביידע קאָנען מענטשן באמערקן עפּעס אזוינס, װאָס יויעל װאָלט ניט געװאַלט, עס זאָל בלײַבן הענגען אף קאנסומען, וועלכע בלײַבט נאָך דאָ.
בייס דער נעסיע האָט ער א סאך געטראכט וועגן איר. ניט װייניקער וי וועגן דער, צוליב וועמען ער האָט זיך געלאָזט אין וועג ארײַן. ער האָט גערײַזט ניט געײַלט. אין א סאך מעקוי- מעס האָט ער זיך פארהאלטן אף לענגער. ער האָט אפילע געהאט בעדייע אָפּצוקערעװען אף א טאָג צוויי צו וועטוריען. זיי זײַנען פארבײַגעפאָרן ניט װײַט פון איר מאָנאסטיר-שטעטל סאָמיור, װוּ דער אבאט מאָנט בא ייִדן א צינש-אָפּצאָל פאר אריבערשפּאנען דעם נײַעם בריק. נאָר ניט דאָס האָט אים אָפּגעשטעלט...
א גרויסע מעניע איז פאר אים איצט טאנכום. ער גיט אָפּ אים אכטונג נאָך אלץ וי אין די אָװל-טעג. ער פארלויפט אים דעם וועג בא יעדער קלײניקײַט. ער איז דער, װאָס באשטימט, ווען און װוּ צו מאכן אן אָפּרו אף אונטערהאָדעװען די באלעכאים און פאר זיך אליין, װוּ און בא וועמען צו באשטעלן עסן, אין וועלכן אָרט זיך אָפּשטעלן אף נאכטלעגער. דערבײַ האָט ער אין זינען, אז אין די אלע ערטער זאָל זײַן א שול, װוּ צו קאָנען זאָגן דרײַ מאָל א טאָג קאדעש. אז ס'איז דורך א מעסלעס און זיי זײַנען געקומען אין אן אָרט, װוּ זיי האָבן בעשום- אויפן זיך ניט געקענט דערקלײַבן צו א מיניען ייִדן, האָט עס טאנכומען מער געקימערט, װי דעם קאדעש-זאָגער. דער טאָג איז דעמלט געווען א פארשטערטער, און ס'איז זיי שוין אין אלץ געגאנגען מיט דער פּוטער אראָפּ.
אזוי איז געווען הארט פארן אָנקומען אפן אָרט. שוין דאָ, אפן קיניגס קליין שטיקל לאנד איל דע-פראנס, האָבן זיי זיך געײַלט צום ייִדישן ייִשעװ סאנס. זיי האָבן פארלאָזט א ריטערלעכן שלאָס, װוּ מע האָט זיי פארבעטן אף נאכטלעגער און אף אלץ, אין װאָס זיי ניי- טיקן זיך, װוען מע האָט זיך נאָר דערװוּסט, אז יויעל איז א מעדיקער. זיי קאָנען דאָ אָפּרוען א טאָג, און א װאָך, און אפילע א כוידעש א גאנצן, אויב זיי באגערן נאָר. האָט אים טאנכום ניט געלאָזט זיך דאָ אָפּשטעלן אפילע אף דער איינער נאכט, ניט געקוקט אף דעם, װאָס עס האָט שוין אָנגעהױבן גרויען דער דרויסן. דער וועג איז ניט אזא לאנגער, האָט ער געזאָגט, און אָן איבעריקער אײַלעניש װעלן זיי צו דער צײַט דערגרייכן צו די נאָך אָפענע שטאָט- טויערן.
גיי ריכט זיך, אז דער ארציבישאָף פון סאנס לאָזט ניט ארײַנפאָרן קיין ייַדן אין א כאָגע- טאָג אין שטאָט. דעם גאנצן מעסלעס שטייען די קירכע-דינער בא די טויערן, און ס'איז זי ניט אײַנצוברעכן, כאָטש נעם און נעכטיק איבער אפן הוילן פעלד. דערצו האָט זיך פארער- גערט דער ועטער, און ס'וועט, מעגלעך, א גאנצע נאכט רעגענען. האָבן זיי זיך קוים אײַנ- געבעטן איבערזײַן אינעם שוימָרים-שטיבל, װאָס שטייט דאָ ניט װײַט אן איין-און-איינציקס וי א קרוציפיקס-ציילעם אף די וועגן.
דערפאר אפן דריטן טאָג זײַנען זיי שוין געווען בא די אָפיציָאלס. ס'האָט זיי פארנומען צו זיך דער עלטערער פון די ברידער, יאָסיף אָפּיציָאל -- דער, וועמען מע האָט גערופן יאָסיף האמקאנע, דער פּאָלעמיסט. בא אים האָט אויך געלעבט דער באָכער פון קיעוו, װאָס יויעל האָט זיך מיט אים אמאָל געהאט געטראָפן אין לונעל, בא איבן טיבאָנען. דעמלט אָבער זײַנען זי ביידע געווען שטומע צינגער און מע האָט זיך קוים געקאָנט פארשטיין. איצט, ווען דער באָכער קנאקט שוין אפן פראנקישן לאָשן, װי פון א סייפער ארויס, און זיי קאָנען זיך אויס- ריידן װי געהעריק, לאָזט מען זיי אָבער אף קיין מינוט ניט איבער צו זײַן אליין אינצווייען.
אורי מיט קצינען באשטייען, אז יױיעל זאָל שוין אריבערפאָרן צו זיי. אויב ניט אינגאנצן, , איז לעכאָלהאפּאָכעס אף ביז איבער שװוּעס. װען קצינע זעט, אז עס האלט שמאָל, און אז דער עלטערער אָפִיציַאל וויל אפילע ניט הערן וועגן ארױיסלאָזן דעם אָנגעזעענעם גאסט פון זײַן שטוב, נאָך איידער יענער האָט זיך גוט אָנגעווארעמט, און אז אויך דער באָכער פון קיעוו האָט זיך מאמעש וי אײַנגעקלאמערט אינעם גאסט, צעוויינט זי זיך פּלוצעם און נעמט אף א קאָל באקלאָגן איר ליבן פעטערס, דעם אלטן זאבארעס, טויט. דאָס האָט שוין יויעל ניט געקאָנט פארטראָגן, און זיי אלע האָבן איר גלײַך געמוזט נאָכגעבן. דער רובין-שטיין אף דער ברוסט בא איר האָט װי העלער זיך צעשפּילט, ווען זי האָט דורך די פּערליטרערן א פארשעמטן שמייכל געטאָן. אורי האָט איר מיט זײַן טיכל געווישט די אויגן, זי זאָל זיך ניט דערוועגן מער צו וויינען. מיט זײַן פארזאָרגט-געטרײַען ארומהאווען ארום דעם װײַב האָט
35
ער װי געגעבן אָנצודײַטן, אז זי איז אף דער צײַט און מע דארף זיך פאָרזיכטיקער און בע" נימעסדיקער מיט איר באגיין. בעכאָל-אויפן טאָר מען ניט צולאָזן, זי זאָל פון עפּעסיװאָס האָבן אגמעסנעפעש.
קצינע איז שוין בא אים א מאמע פון צוויי טײַערע זין, און אז גאָט װעט געבן דאָס דריטע קינד א מיידעלע, װעט עס אויך זײַן א מאטאָנע פון זײַן ליבן נאָמען. דעריקער, װאָס ער איז באָרעכהאשעם אָפּגעהיט געװאָרן צו זײַן א פאָטער פון איין קינד. דאָס װאָלט פאר אים געווען א גרעסערע צאָרע, װוי צו בלײַבן, כאָלילע, מיט איין העמד אפן לײַב. אים האָט לע- כאטכילע געשראָקן, װאָס סײַ קצינע איז פארבליבן א באסיעכידע און אויך ער איז געװען אן איין-און-איינציקער בא טאטעימאמע. האָט ער מוירע געהאט, סזאָל זיך בא אים אויך ניט איבערכאזערן דאָס זעלבע, ס'זאָל ניט ארײַן אין א מין יערושע-זאך. דערפאר זײַנען בא אים די ייַנגלעך אָפּגערוקט איינער פונעם צווייטן אין א יאָר. דערנאָך האָט ער זיך פארגונען א יאָר איבערצוהיפּערן. װאָס שײַעך דעם קלענערן, איז אין זײַן פּאָנעם ניט ארײַנצוקוקן, אזוי שיין איז ער. אָט אימירצעהאשעם אין שוװוּעס, אינעם טאָג פון מאטן-טוירע, װעט ער אים ארײַנברענגען צװישן די תינוקות של בית רבןי. דער בכאָר האלט שוין בא מיקרע?, און מע האָט אים שוין אויך אָנגעהױבן ארײַנצופירן אינעם טארגעם אונקעלעס, זאָל ער צוביסלעכװײַז זיך צוגעוווינען צום לשון אראמי?, װעט אים דערנאָך גרינגער זײַן ארײַנדרינגען אינעם היכל התלמוד!. דאָרט, אין לונעל, האָט דאָס יינגל אוואדע געהאט א בעסערן איוורי-מעלאמעד. אויך די כיידער-יינגלעך ארום אים זײַנען געווען אנדערע. האָט אָבער דער טאטע זײַנער פון דאָרטן געמוזט אויקער זײַן, אוועקווארפן אלץ מיטאנאנדער און זיך אריבערפּעקלען מיט האק און פּאק קיין צאָפן-פראנקרײַך.
ס'איז שוין באלד דאָס דריטע יאָר, אז אָשער אָפּיִציַאל האָט באם קיניג פיליפּ אװגוסט באקומען די פּאכט אף צו שטעמפּלען די קיניגלעכע מינץימאטבייעס. דער קיניג האָט שין בא אים ארױיסגעשלעפּט דאָס פּאכט-געלט אף גאנצע פינף יאָר פאָרויס, און דער רעװעך בלײַבט נאָך דערװײַל שטעקן אין די טיגלען, װײַל ס'איז ניטאָ מיט װועמען די הענט צו צע" פירן. אף קיין גוטן מײַסטער אין דעם געביט האָט ער נאָך ביז איצט ניט אָנגעטראָפן. די אלע שטעמפּלמאכער בא אים אין דער מינצקאמער זײַנען גענומען געװאָרן פון צװישן קופּער-י שטעכער, מעשגיסער און אפילע שטיינקריצער. איז ער אורין גרייט געווען אף זײַנע הויצאָעס אריבערפירן צו זיך מיט אלע זײַנע קיילים און מאכשירים און מיט האק און פּאק. האָט אָבער אורי זיך אײַנגעשפּארט, אז ער מוז אויך מיטנעמען מיט זיך בא העכער א מיניען פון זײַנע גוטע פּויאלים מיט זייערע מישפּאָכעס. אָפּיציֵאל האָט געמוזט מאסקים זײַן, און אזוי האָבן די לונעלער באלמעלאָכעס זיך דאָ פארפעסטיקט אפן בעסטן און שענסטן אויפן. אין א בא- זונדערן ניט קיין גרויסן ביניען, אין קיניגלעכן הויף האָבן זי אוועקגעשטעלט עטלעכע האָרנס מיט די בלאָזיזעק, א לייט-אייוועלע, א שלײַפערײי און א קלעםיהאמער, װאָס האָט א מויל וי אן אָפּצװענגע. און אורי מיט זײַנע ייִדן האָבן זיך גענומען צו דער ארבעט. אורי האָט נאָך פארטראכט אײַנפיתן, לויטן מוסטער פונעם געלט אפן מיזרעך, א געלעכערטע מאטבייע. אויסער דעם, װאָס ער װעט אײַנשפּאָרן א געוויסן סכום איידל-מעטאל, װעט עס פארגרינגערן די ארבעט פון די קריצער. ער האָט שוין אפילע אױסגעמײַסטרעװעט א מין האנט-בויער, װאָס וועט לײַכט אויסדרעלן די עפענונג, נאָך איידער דער מעטאל װעט פארהארטעוועט װערן. נאָר ער האָט עס אָפּגעלײגט אף נאָך שווּעס. ער דארף נאָך וועגן דעם ארומרעדן מיטן באלעבאָס פון דער מינצקאמער, מיט אָפּיציַאלן, און יענער דארף עס נאָך פּױעלן באם קיניג. האָט ער עס אף א צײַט זיך ארויסגעשלאָגן פונעם קאָפּ.
דערװײַל איז אורי פארנומען מיט די צוגרייטונגען צום יאָמטעװ. אכוץ יויעלן, האָט ער נאָך א כאָשעוון גאסט, איינעם א באלטויספעס? פון די קאנטן. יאקאָוו בען שלוימע דע קור- סאָן איז זײַן נאָמען. ער האָט געלערנט בא דעם גרויסן שימאָן פון סאנס, און זײַנע טויספעס צו דער געמאָרע האָט ער צונויפגעזאמלט אין א סייפער, וועלכן ער האָט א נאָמען געגעבן ,נימוקים"?. ער שרײַבט אויך א כיבור וועגן אלטע מאטבייעס, צוליב דעם האָט ער אָנגעי טראָפן אף אָפּיציַאלס מינצקאמער, און דאָ איז זיך אורי מיט אים צונויפגעגאן. ער האָט אים גלײַך פארנומען צו זיך אהיים. און אזויווי די דירע איז בא אים דאָ ניט אזא געראמע, װי אין לונעל, האָט ער אים באזעצט בא זיך אינעם ארבעט-צימער, װאָס איז פול אָנגעשטעלט געווען
1 טינויקויס שעל בייס ראבאַן -- כיידער-יינגלעך; ? אָריגינעלער טעקסט פון כומעש: * לאָשן ארא" מי -- אראמעיש, דאָס לאָשן פון טאלמוד: + הײכאָל האטאלמוד -- פּאלאץ פונעם טאלמוד; * קאָמעני טאטאָר פון טאלמוד; * באגרינדונגען.
26
מיט די מאכשירים, מיטן גרויסן ווארשטאט. דאָרט האָבן זיי פארבראכט די נאכט, ביז ס'האָט גענומען שאריַען אף טאָג, אין דיווריי-טוירע. זי האָבן זיך צונויפגעשטויסן באם איניען כינוך'. דער גאסט האָט פארהערט דעם פיריאָ- ריקן אוונערן, אוריס בכאָר. דאָס קינד האָט דײַטלעך און פליסיק, אָן א טײַטל, איבערגע- לייענט דאָס שווערע לאָשן פונעם אָנהײב אקדאָמעס?. ער האָט אויך געגעבן צוֹ דערקלערן דעם טײַטש פון די ערשטע פּאָר סטראָפן, וועלכע ער האָט אָפּגעזאָגט אױיסװײיניק. דער אויי רעך איז נישטוימעם געבליבן. ער האָט ארױיסגעזאָגט אורין זײַנע ספייקעס, צי מע דארף אין אזא עלטער באלעסטיקן דאָס קינד מיט שװערע, ניט קלאָרע אויסדרוקן. מיט א קינד דארף מען רעדן אף א קלאָרן לאָשן און טאקע צוערשט אים צוגעװווינען צו א ריינעם און לויטערן העברעיש. אורי האָט זיך ניט וועגן דעם געאמפּערט. מיט דעם קאָן ער לײַכט מאסקים זײַן. ער וויל אָבער דערװײַזן, אז פארן קינד טאָר מען ניט פארבאהאלטן אָדער זיך אָפּשאָקלען פון זײַנע באדערפענישן מיט טערוצים. װויל ער עפּעס דערגיין מיט פרעגן קאשעס צי מיטן אייגענעם סייכל, דארף מען אים ארויסהעלפן. פארװאָס פארהוילן פון אים דעם טאָך פון די אקדאָמעס, אויב ער ווייסט שוין, אז אָן זיי איז ניטאָ קיין שװוּעס, פּונקט וי אָן דער האגאָדע איז ניטאָ קיין פּייסעך? -- די באגערן באם קינד זײַנען אָבער אָפּט גרעסער, װי די מעגלעכקײַט זיי צו באפרידיקן. אפילע די געמאָרע זאָגט: זאָג ניט צו דײַנע קינדער אזוינס, װאָס דו װעסט ניט קאָנען אויספילן. דאָס קינד פארלירט דעמלט דעם גלויבן און ס'לערנט זיך אָפּ זאָגן א ליגן. דאָ דערמאָנט זיך אורי, אז ער האָט צוגעזאָגט דעם קליינינקן הילעלן א מאטאָנע פון מאטאָנע-לאנד. ער װעט זי אים אונטערטראָגן דעם צווייטן טאָג שוווּעס, בייס דאָס קינד װועט דאָס ערשטע מאָל זיך זעצן צום טיש לערנען. דער קליינינקער האָט עס זיכער גוט פארגע- דענקט, און ער, דער טאטע, איז נאָך אפילע ניט צוגעטראָטן צו דער ארבעט. ס'דארף גע- דויערן א גוטע פּאָר שאָ, ביז ער װעט אױיסמײַסטרעװען פונעם לײַכטן טאמאריסק די הילצער- נע צוויי לוכעס, דערנאָך ערשט אויסברענען די אויסיעס אף זיי. זיי מוזן געמאכט װערן אזוי, אז וי קליין זיי װעלן ניט זײַן, מוזן זיי זיך גוט אָנזען. אָט דאָ אנומלטן האָט ער מיט זײַנע ייִנגלעך געהאט א שמועס װעגן דעם מעהוס פונעם אלעפבייס, א שמועס, וועלכער האָט זיך אים באזונדערס פארגעדענקט. ער האָט גראָד דעמלט דעם עלטערן געבראכט די שפּיל מיט די אױסיעס-טאָװלען און גלײַך גענומען באװײַזן, וי מע קאָן צונויפשטעלן מיט איינע און די זעלבע בוכשטאבן דאָס גוטע און דאָס שלעכטע. אָט זאָל ער אף ציקאוועס צוזוכן די טעוועלעך אף צונויפלייגן דאָס װאָרט ,ענג"?, און איצט זאָל ער די זעלבע אויסיעס אויסלייגן אף אוו װעט זיך באקומען דאָס װאָרט ,נגע"?, װאָס באטײַט א פּלאָג. דער קלענערער, הילעלקע, װאָס דער איניען פון צונויפזאמלען אויסנעס אף צונויפשטעלן פון זיי װערטער איז אים נאָך געווען פרעמד, האָט זיך פארשפּילט מיט די גרעסערע סאָף- אויסיעס. ער קלײַבט זיי ארויס, די אלע פינף צוזאמען, און דערפרעגט זיך, פארװאָס זײַנען זיי אזעלכע לאנגע? -- צו די קליינע ציגל דארף מען אמאָל א גרעסערן ציגל אף צו פארפעסטיקן די וואנט בא די עקן, זי זאָל זיך אזוי גיך ניט אײַנוואלגערן.-- ענטפערט אים אורי. | -- און דאָ באם טישטעך,--כאפּט אונטער דער עלטערער, אװנער,--זײַנען די לאנגע שווערע פרענדזן אויך געמאכט, קעדיי דער ברעג זאָל זיך אזוי גיך ניט אָנהייבן צו צעפאלן? -- גאנץ ריכטיק, -- איז דאָס אורין וווילגעפעלן, און ער נעמט אראָפּ דעם לײַװנטענעם מיזרעך? פון דער וואנט, -- די װעבער האָבן עס שטענדיק אין זינען. בא יעדער מין אויס- ארבעטונג װערן די זײַטן מיט שטארקערע פעדעם באפעסטיקט,-- באװײַזט ער די קאנטן פונעם מיזרעך. הילעל איז געווען פארנומען מיט זוכן די לענגערע אויס;עס אינעם פּארמעט, װאָס איז געלעגן אן אופגעראָלטער אפן טיש. דאָס זײַנען גראָד געװען די אקדאָמעס, װאָס אוריס א געהילף אין דער ארבעט, א שײינשרײַבער, האָט פאר אים אָנגעשריבן און דערבײַ באפּוצט דעם אָנהייב מיט א געשטאלט פון מוישע ראביינו, פון וועמענס קאָפּ עס שטעקן ארויס א מענגע שטראלן. דער קליינער האָט ניט געװוּסט, בא װאָס זיך אָפּשטעלן צי בא אָט דעם בילד, צי באם פילפארביקן מיזרעך מיט די לייבן און מיט די אויך גרויסע אויסיעס, װאָס
? דערציונג; ? פּיוטים, װאָס װערן געזאָגט שװוּעס: * אױינעג -- פארגעניגן; + נעגא; * אן אויסגע- העפט בילד פון רעליגיעזן אינהאלט.
87
פלעכטן ארום א מענוירע מיט זיבן לײַכטער. פון די ביידע מעגלעכקײַטן האָט ער זיך גאָר פארקוקט אפן טאטן, וועלכער דערציילט אזוי פארכאפּנדיק, ויאזוי מוישע ראביינו האָט געשריבן די טוירע מיט שווארץ פּײַער, און ווען אייניקע טראָפּנס פון שווארצפּײַערדיקן טינט זײַנען געבליבן אפן שפּיץ פעדער, האָט ער דעם שפּיץ אָפּגעװישט אין די האָר פונעם קאָפּ, פון דערפון האָבן זיך גענומען די ליכטישטראלן, װאָס האָבן באלויכטן ניט נאָר דעם גאנצן ארום, דעם בארג סינײַ מיטן מידבער, נאָר די גאנצענע װועלט האָבן זיי ארומגעכאפּט.
אורי האָט געזען, װי ביידע קינדער קוקן פארגאפט אף מוישעס בילד. האָט ער געפּרוּוט אין דעם נוסעך דערציילן װײַטער, ויַאזוי די לוכעס זײַנען געשריבן געװאָרן מיט שווארצן פּײַער אף װײַסן פּײַער. אָט אזוי װי מע שרײַבט איצט מיט שווארצן טינט אף װײַסן פּארמעט. די אויסיִעס זײַנען געווען טיף אײַנגעקריצט אין די טאָװלען פון די שטיינערנע לוכעס, און מוישע ראביינו האָט זיי געטראָגן און ניט געפילט קיין שום שװעריקײַט, גלײַך וי זיי װאָלטן גאָר קיין װאָג ניט געהאט. ווען ער האָט זיך אָבער דערװוּסט, אז דאָס פאָלק האָט געזינדיקט, איז דער קסאוו מיט די אויסיעס גלײַך ארויסגעפלויגן, און ס'זײַנען געבליבן די הוילע נאקעטע שטיינער. זײַנען זיי אזוי שווער געװאָרן, אז ס'איז שוין אומעגלעך געװוען זיי צו טראָגן האָט ער זיי אראָפּגעװאָרפן, און די לוכעס זײַנען צעבראָכן געװאָרן. אָט דערפאר הייסן די אויסיעס אויך אותיות פורחות:.
סימכעס מאכט מען בא ייִדן פון דער ברייטער האנט. אזוי איז שוין פון שטענדיק אײַנגע- פירט אין פּראָוואנס, און אזוי האָט זיך אויך אורי נויִהעג געווען. דערהױפּט, ווען די סימכע האָט נאָך געהאט עפּעס א שײַכעס צו זײַנע זין. דעמלט האָט ער פארבעטן צו זיך א האלבע שטאָט, און אף די סודע-הויצאָעס װאָלט א מישפּאָכע געקאָנט לעבן א האלב יאָר. דאָ אָבער, אפן נײַעם מאָקעם, האָט ער נאָך דערװײַל ניט אזא היפּשן זײַטיקן אוילעם. און די היימישע! גוט, װאָס יויעל איז געקומען צו פאָרן, און נאָך א פּאָר געסט האָט ער פון פריִער, וועלכע ער האָט פארהאלטן אף ביז נאָך יאָמטעװו. אויך די באלמעלאָכעס, װאָס ער האָט מיטגעבראכט פון לונעל, און דערצו נאָך די מישפּאָכע אָפּיציַאל. איז װוינען זיי אין אָרלעאן גופע. אזא װײַטער מעהאלעך פונעם קיניגלעכן מינץ-הויף, װוּ אורי האָט זיך באזעצט! פון צופוס גיין איז פאר די ברידער אָפיציָאל, וועלכע זײַנען שוין ביידע אין די יאָרן, ניטאָ װאָס צו ריידן קומען רײַטנדיק אין די טעג פון שװוּעס איז דאָך אױסגעשלאָסן. סײַדן עפשער ערעוו.. אף ביידע טעג שוווּעס. ער וייסט? זיי האָבן צוגעזאָגט.
פונדעסטוועגן האָט די קעכנע דולציע, מיט וועלכער קצינע האָט זיך בעשום-אויפן ניט געװאָלט צעשיידן און זי מיטגענומען אהער, צעלייגט די קיך אף א גאָר גרויסארטיקן אויפן. זי האָט געטײַנעט: אוועקזעצן הילעלקען, דעם אלעפבייסניק, דאָס ערשטע מאָל מיטן מעלא- מעד באם טיש איז בא איר פּונקט אזא סימכּע, װי א בריס. און דער יאָמטעװו שװוּעס איז אויך עפּעס ווערט.
די אויסהעלפערן, װאָס זי האָט גענומען אף א פּאָר טעג אף צו האָבן נאָך א מענטשן אונטער דער האנט (דער מעובערעסער קצינען לאָזט זי ניט אריבערשפּאנען די שװעל פון דער קיך), האָט איר אויַסגעלערנט א נײַעם מין שווּעסדיקן געבעקס, װאָס זי רופט מיט א נאָמען פון איר לאנד-שפּראך. דאָס געבעקס איז דולציען זייער צום טאם. דאַס זײַנען אזעלכע געװויקלטע בלעטער, אָנגעפילט מיט איבערגעשלאָגענעם געווירצטן קעז, און זיי צעשיטן זיך אין מויל, נאָך איידער מע נעמט עס צעקײַען, אָבער פארװאָס אַזא. אומפארשטענדלעך אויס- טערלישן נאָמען בא זיי! ,װערטוטן?, װאָס הייסט עס?
די אויסהעלפערן, א פארװאָגלטע אהער דורך די קרייצטרעגער פונעם אשקענאזי"לאנד, פּרוּווט איר געבן צו פארשטיין: דעם נעשה ונשמע?, װאָס די ייִדן האָבן אויסגעשריגן באם מאטן-טוירע, לעבן בארג סינײַ, ווייסְט זי, װאָס דאָס הייסט?
-- נו, יאָ, ווער ווייסט עס ניט?
-- באדארף מען דאָך פריִער הערן װאָס און װען, דערנאָך ערשט טאָן פאָלגן און ניט פארקערט, אױספאָלגן נאָך איידער מע וייסט עפּעס װאָס--דערקלערט איר די ייַדענע.
-- יאָ, אָבער װאָס האָט עס צום געבעקס!?--האָט זיך שוין דולציע גענומען בייזערן
-- אָט דאָס איז עס טאקע----האָט די ייַדענע געשמייכלט-- די ועלט האָט זיך גענומען כידעשן: פריִער טאָן און נאָכדעם הערן?! װער טוט דען אזוי? האָט עמעצער זיך געכידעשט, און אָט דער דאָזיקער כידעשלעכער אויסגעשריי ,װער טוט" איז געװאָרן דער נאָמען פון אָט דעם מעכײַעדיקן שװווּעסדיקן געבעקס: ווערטוטן.
אָט אזוי שמועסנדיק, האָבן זיי ניט באמערקט, װי ס'איז צוגעברענט געװאָרן די גרויסע
1 אויסיויס פּוירכויס -- פּליִענדיקע אויסיעס: ? נאאסע װענישׂמא -- מיר װעלן טאָן און הערן.
8
צווילינגיכאלע מיט די פיר שפּיצן. דאָ דארף מען שוין דולציען ניט דערקלערן, פארװאָס מע באקט אויס אָט דעם מין כאלע. אין אנדערע ערטער רופט מען עס נאָך די תאומים-כאלע, דער צייכן פארן תאומים סיוון!, אין וועלכן ס'פאלט אויס דער יאָמטעוו שוווּעס.
פונעם צוברענעכץ איז אפילע קיין סימען ניט געבליבן, ווען אָט די הויכטורעמדיקע כאלע האָט זיך געהויבן אפן יאָמטעװדיקן טיש איבער קאָלערלײי אנדערן געבעקס, דערהיפּט מילכיקן, לעקאָװעד שווּעס. דעם קײַלעכיקן פּוטער-קוכן האָבן ארומגערינגלט מילכיקע מאנדל-בייגל, לאקריץ-פּלעצלעך און אָנגעװאָרפענע קיסנין --אזא געבעקס אין דער פאָרם פון בײַטעלעך. דער געפלאָכטענער קעזיקוכן, מיט א לייטערל פון אויבן, איז שוין געװען צעשניטן, אָבער ער האָט נאָך געאָטעמט מיטן געשמאקן געבעק-רייעך, װאָס האָט אים אײַנ- געהילט, און גערייצט דעם אפּעטיט. פון אָט דעם פול-אָנגעשטעלטן טיש איז שוין אוועקגענו- מען געװאָרן בלויז דער קוכן, א געפּרעגלטער אין האָניק, אף וועלכן עס זײַנען ארום א דריידל אויסגעבאקן די אויסיִעס מערובאָעס?. דערמיט האָט זיך אורי אליין פארנומען. ער האָט עס אויסגעפלאָכטן יעדן אָס באזונדער. ער האָט אויך אף אן אָפּגעקאָכט איי אופגעשריבן פּסוקים, און דאָס אלץ איז מיטגעגעבן געװאָרן דעם קליינינקן באלסימכע, דעם דרײַיאָריקן הילעלן, איבער וועלכן מע האָט נאָרװאָס מעקײַעם געווען די מיצווע פון ראשית הגז". דאָס ערשטע מאָל פאר די אלע דרײַ יאָר האָט מען אים אָפּגעשאָרן, און די האָר פון זײַן קאָשער קעפּעלע האָט דולציע גוט באהאלטן. זי װועט זיי ארײַנלײגן, אז מע װעט דערלעבן, אינעם בעטגעוואנט צום טאָג, װוען ער װעט שטיין אונטער דער כופּע. דערװײַל האָט מען אים נאָך ערשט גע- בראכט צו טראָגן, אײַנגעהילט אין א טאלעס, אפן שול-הויף,
דאָס איז געווען דעם ערשטן טאָג שווּעס, גאנצפרי, נאָך איידער די מיספּאלעלים זײַנען זיך צונויפגעקומען. אָבער דער ראָשיהאקאָהאָל מיט די שאמאָסים האָבן שוין געווארט אף די אלע קינדער, מיט וועלכע מע הייבט הײַנט אָן צו לערנען. זיי זײַנען געשטאנען אפן דרויסנ- דיקן באלעמער פון דער װײַבערשער שול, װי אף א בארג, און דער גאנצער אוילעם מיט די קליינע קינדער זײַנען געשטאנען אפן הויף, אין דער נידער. פון אויבן האָט מען אראָפּגעגעבן פאר די קינדערסוועגן ניט קיין גרויסע ליימענע טאָװולען מיט די אָנהייב-װוערטער פון די צען געבאָטן. ווען אורי האָט אזא באקומען פאר זײַן באלסימכע, װאָס ער האָט געטראָגן אף די הענט, האָט ער מיט אלע זײַנע געסט זיך געלאָזט צום הויז פונעם דארדעקע-מעלאמעד, וועל- כער האָט שוין געווארט אף זיי בא דער אָפּענער טיר פון כיידער. דאָרט האָט מען דעם קליינעם הילעלקען באזעצט באם טיש אױיבנאָן און מע האָט אים געגעבן לייענען די אויסיעס פונעם טאָװעלע. אז ער האָט זיי קימאט אלע אָנגערופן אף א הויך קאָל, האָט מען אים גענו- מען פארהערן די קלענערע אויסיעס פון דעם קוכן, די, װאָס אורי האָט אויסגעפלאָכטן. דערנאָך ערשט די נאָך קלענערע אויסיעס, װאָס אפן שאָלעכץ פונעם איי. נאָך דעם האָט מען אָפּגע- שיילט דאָס איי, באשמירט מיט פרישן האָניק דאָס אָפּנעבראָכענע דריידל פונעם מיט קוכן, און די ביידע זאכן האָט מען דעם קינד געגעבן צו עסן. דאָס איז א סגולע, אז דאָס הארץ זײַנס זאָל זײַן אלעמאָל אָפן פאר מײַסים-יטויװים. און דעם גאנצן קוכן, שוין אָנעם דריידל, האָט מען געבראָכן און געטיילט.די געסט.
צו יויעלן, וועלכער איז געשטאנען וי אויסערן קרײַז פון די אופגעלעבטע אכלער, האָט זיך דערנעענטערט דער באָכער פון קיעוו מיט א פרויענצימער בא דער זײַט. זי האָט נאָך פונדערװײַטנס אָפּגעבראָכן פון איר שטיק קוכן, און נאָך איידער זי האָט א װאָרט געזאָגט, האָט זי עס אים דערלאנגט. יויעל האָט עס אזוי אויך, אָן א שום כידעשן זיך, גענומען אָפּבײַסן. ער האָט איר, דוכט זיך, אפילע קיין דאנק ניט געזאָגט. און דער נײַגער אף צו דערוויסן זיך, ווער זי איז, האָט אים אויך ניט באשעפטיקט. ער האָט מיט איין אוער געהערט די רייד פונעם באָכער פון קיעוו, און אף דער פרוי האָט ער דערזען אירע גאָלדיק רויטלעכע געדיכטע האָר, פארקניפּט אפן נאקן אין א מין האָרינעצל מיט א ביינערן רייפל, װאָס האָט ארומגעכאפּט אויך איר קאָפּטיכל. זי האָט זיך א פּאָר מאָל אװועקגעדרייט פון זיי, האָט ער געקענט בא- טראכטן אויך איר לאנג קלייד מיט די שמאָלע ארבל, דעם שפּיציקן זוים אפן קלאָר-װײַסן קעלנערל ארום איר שלאנקן האלדז. און ווען דער אוילעם האָט אָנגעהױבן זיך פאנאנדערגיין, איז קצינע צוגעגאנגען צו יויעלן, אים אוועקגענומען אין א זײַט און אים שטיל געפרעגט:
-- זאָג, איאָ, זי געפעלט דיר?
(סאָף פון דריטן בוך)
1 טעוימים -- צווילינג, דער זאָד:אק-צייכן פון כוידעש סיוון ? די פירקאנטיקע אויס:עס פונעם אלעפבייס; * ריישיס האגאז -- די ערשטע אָפּשערעניש.
אלעקסאנדער בעלאָוסאָװ
נײַע לידער
קלאָץיקאשעס
צי ווייסט איר,
װאָס עס האָט דער ווינט באנאכט געשעפּטשעט צו די בלעטער
פון א טאָפּאָל-בױים
אין גאָרטן?
איר ווייסט ניט! איך -- אוואדע ניט.
ער װעט אונדז קיינמאָל
ניט אנטפּלעקן זײַנע סוידעס: ער איז א פּראָסטער ווינט, אָן קיין שום כיטרעקײַט. און מיר, מענטשן,--
מיר האָבן צופיל ליב
צו שטעלן קלאָץיקאשעס, ווען זיי זײַנען
לאכלוטן איבעריק...
פרײד
ווינטער -- אין דער גאנצער ועלט, אין דער גאנצער ועלט איז װינטער! ס'האָט אין הארצן אופגעהעלט,
און עס ווארט דער טינט אין טינטער.
נאָר איך גיי ארויס אין גאָרטן, צו די שטאָלצע ביימער-ברידער.
כ'טײַנע אויס מיט זיי זיך דאָרטן, אפן שניי כ'שרײַב מײַנע לידער.
אפן שניי, װוי אף פּאפּיר.---
מײַנע טריט אין שורעס שווארצע.
ס'בריט דער פּראָסט, און כאָטש איך פריר, דאָך עס שפּראָצט די פרייד אין הארצן
עכטקײַט
איך בין נאָך יונג, דאָך טאָג נאָך טאָג פארלענגערט זיך די קייט פון יאָרן ערשט נעכטן האָט מען מיר געזאָגט,
אז צו אלטמאָדיש כ'בין געװאָרן.
פון אָט די װערטער װערט מיר קאלט און ס'כאפּט זיך אוף אין מיר א וייטעק:
צי בין איך טאקע שוין צו אלט און מײַן געזאנג איז מער ניט נײיטיק!
עס שטייען ספייקעס אָן א שיר
לעם יעדן װאָרט, װי שטרענגע װעכטער, דאָך לעבט א האָפענונג אין מיר,
אז אלע ווערטער זײַנען עכטע.
שולאמיס
כ'האָב באגעגנט דיך, שולאמיס, -- סאָפּקאָלסאָף איז עס געשען! כ'האָב באגעגנט דיך, שולאמיס, אף די ברעגן פון אירפּען.
40
איטע דאָברער געווידמעט
דו ביסט ניט אשער לישלוימוי, ניט קיין העלדין פון טאנאך-- גאנצע טויזנט שיריהאשירימס
װאָלטן דיך ניט אויסגעטראכט!
האנט אין האנט מיט דיר געגאנגען, בלויז צוויי-דרײַ געבענטשטע שאָען אויג אף אויג מיט דיר גערעדט; האָב איך דאן מיט דיר פארבראכט. איינס נאָר עגבערט מיר אין הארצן;
, ײַטער, װײַטער, װײַטער, כ'האָב געטראָפן דיך צו שפּעט. ביסט אלץ װײַטער, װײַטער, װײַטער
װײַל דער צוג שלעפּט מיך אוועק. מײַן שלימאזלדיקער גוירל און עס װערט מיט גראָז פארוואקסן האָט זיך ביטער אויסגעלאכט -- אונדזער שטעג לענגויס דעם ברעג.
צווישן טאָג און נאכט
ערגעץ צװוישן טאָג און נאכט עפּעס װעט געשען אצינד.
האָט מײַן אומרו אופגעוואכט: צי דער שאָטן, צי די שײַן--
ס'איז פארטאָג?! עס איז פארנאכט!
האָט באהאלטן זיך דער װינט; בער אמפטימרו ארטן/
ס'אויג -- האלב-זעעוודיק, האלב-בלינד; װאָס װעט קומען, דאָס זאָל זײַן. א שײַלע
פונוואנען קומט מײַן ליד, האָסטו געפרעגט!? כ'וועל דיר ניט קאָנען ענטפערן דערװײַלע,
װײַל כ'זוך אן ענטפער אף אן אנדער שײַלע: פונוואנען אָט די שטומקײַט קומען פלעגט,
ווען יעדעס װאָרט איז שווערער פון א שטיין, ווען כ'פיל זיך אף אזויפיל נישטיק-קליין
און אויסגעשעפּט, אז ס'ווילט זיך גאָרניט לעבן -- וועסט עפשער מיר דערוף אן ענטפער געבן?
דינע קאלינאָווסקאיא אלטע לײַט .
(ראָמאן)
-- וועסט ניט גלייבן, גרישע, איך פארזיכער דיך, איך בין גליקלעך, װאָס א העלפט פונעם
זשערעבטשיק, כוץ דעם עק, װאָס איז געווען לייזערס, אין דיר אזוי גוט צוניץ געקומען ביסט א מאָלאָדיעץ, דו האָסט געטאָן װי א מאנצבל א קאָװבאָי! גענומען און פארקויפט. אָבער זאָג מיר, פארװאָס געדענקסטו ניט, אז מיר האָבן גענעכטיקט אפן טאָפּאָל! אונדזער סאָד גע- דענקסטו? דאָרטן זײַנען געוואקסן ניס, פלוימען. דעם בוידעם געדענקסטו! און די אָרעמבלוטי- קע סאָרעלע, װאָס האָט נאָך אונדז טאָמיד געשפּיאָנעװעט?
-- יאָ, יאָ, איך געדענק אלץ זייער גוט! א שאָד, װאָס איך קאָן ניט צופאָרן קיין קאָדימע. אָבער, סוליע, פארװאָס זאָלסטו בא מיר ניט נעמען דאָס געלט פארן לאָשעק! דו ביסט ניט רײַך, איך פארשטיי ניט, פארװאָס דערװידערסטו?
-- דו ביסט אויך אן אקשן, איך רייד מיט דיר קלאָרע דיבורים. פארקויפן אן אלגעמיינעם זשערעבטשיק איז א זינד, דאָס איז קלאָר, נאָר מיר אָפּגעבן געלט אין זעקס און פופציק יאָר ארום איז א כאזערײַ. צי דען ביסטו ניט אײַנשטימיק?
-- איך וויל באצאָלן מײַן כויוו, מיר איז ניט וויכטיק, װאָס ער איז א לאנגיאָריקער. איך בין א לײַטישער מענטש! --גרישעס קאָל איז אלץ העכער און העכער געװאָרן, דאָס פּאָנעם האָט זיך אָנגעגאָסן מיט פײַער, און זײַן קאָל האָט וי געפּלאצט.
-- פּידרעך, גרישענקע!-- האָט סאול אויסגעשריִען. ער איז געװען זיכער, אז ער פאר- שטייט דעם שוועסטערקינדס אָנצוהערעניש און אז ער האָט געפונען דאָס עמעסע דיפּלאָמאטי- שע װאָרט. ער האָט איבערגעכאזערט: -- פּידרעך!
-- איך וויל ניט זײַן דײַן באלכויוו, סוליע, איך דארף ניט קיין רעוועך פון מײַנע פרײַנט,-- האָט גרישע געזאָגט, אָבער עס האָט זיך שוין געפילט א געוויסע נאָכגיביקײַט.
סאָף. אָנהייב זע , סאָוועטיש היימלאנד" נומ. 2, 1975,
42
-- מאלע װאָס מיר ווילן ניט! איינער וויל ניט דאָס, א צווייטער עפּעס אנדערש. און װאָס פאר א מעקעך קאָנסטו מיר באצאָלן! אין אונדזער ווערעמדיקער עלטער האָט עס קיין שום ווערט ניט. איך פרעג דיך, וועגן װאָס אמפּערן מיר זיך, גרישע? איך וויל דאָס ניט הערן פאר מיר איז דאָס א היפּש שטיק פערדן-פלייש, און גאָר! פערדן-פלייש, װאָס איז שוין פון לאנג פארפוילט! ענטפער מיר בעסער אף מײַן פראגע, שמענדריק, מיט װאָס האָסטו זיך פאר- נומען אין דער דאָזיקער אמעריקע דײַנער! װאָס פארא איניאָנים האָסטו דאָרטן? א מאגאזין האָסטו, צי דוֹ דינסט בא א באלעבאָס! -- לאָז געמאך, סוליע, איך בין אן אלטער מענטש, מער גאָרנישט! אָבער אמאָל האָב איך נישקאָשעדיק געדרייט די פּעדאלן! -- האָסט געארבעט אף א מאשין! -- זאָג מיר בעסער, װאָס האָב. איך ניט געטאָן? אן אָנטרײַבער בין איך געווען, גלייב מיר, ניט פון די לעצטע! דערנאָך האָב איך פאריכט װעלאָסיפּעדן, ניט שלעכט פארדינט. איך האָב זיך רויק געקאָנט לערנען. כ'האָב דאָך געענדיקט אן אוניווערסיטעט. איך האָב סטאזשירט אין פּאריזש, סוליע. אָבער אינגיכן האָב איך פארשטאנען, אז פאריכטן װעלאָסיפּעדן לוֹינט מער, װי לערנען די פּערסישע שפּראך מיט טעמפּע סטודענטן. כ'האָב כאסענע געהאט! עס האָט מיר אָפּגעגליקט! ס'האָט זיך גענומען באװײַזן געלט. מיינסט, נאדאן? א האָר אויך ניט! מײַן װײַב איז א כּאָכמאניעס, א פּאָליטיקער, א סטראטעג. זי האָט מיר געייצעט, איך זאָל אָפּקױפן די מאסטערסקאיא באם באלעבאָס. און ס'האָט מיר װוידער אָפּגעגליקט! אין דרײַ יאָר האָב איך מיט מײַן װײַב דערפון געמאכט ניט קיין גרויסע מעבל-פאבריק, און ס'האָט מיר ווידער אָפּגע- גליקט. איך האָב א װײַב שוין איינמאָל א װײַב! -- האָסט איר פאָטאָגראפיע! -- זיכער! לאָמיר זיך צוזעצן, וועסטו א קוק טאָן! זיי האָבן זיך צוגעזעצט אף א צעפאָרענער באנק, באם פּארק הינטער דער אָבסערוואטאַ- ריע. גרישע האָט ארויסגענומען א גאנץ פּעקל פאָטאָיקארטלעך. איינס פון זיי האָט ער א װאָרף געטאָן אף סאולס קני, -- דאָס איז מײַן אװטאָבוס. כ'האָב געפירט מעבל מײַנע קונדן. לייענסט ענגליש! זעסט, אפן אװטאָבוס איז אָנגעשריבן מײַן נאָמען --גארי סטיי! איבער דער גאנצער שטאָט איז געפלויגן מײַן נאָמען. דאָרט, װוּ איך וווין, קען מען מיך גוט. -- מע קען דיך דאָרט אלס גארי סטיין, צי וי הערש שטיימאן! -- װאָס איז די נאפקעמינע? --- פאָר װײַטער! -- זעסט, אף דעם פאָטאָיקארטל איז מײַן װײַב נענסי, און אף דעם מײַנע קינדער-- מײַקל און ראָזע. -- א פריילעך װװײַב. כיינעוודיקע קינדער, גרישע--- האָט סאול איסאקאָװויטש געזאָגט, באטראכטנדיק די פאָטאָגראפיעס. -- ביסט גערעכט, כיינעוודיקע קינדער. כ'האָב זיי גענומען קליינינקע, האלב-טויטע, פון א קאָנצלאגער. זיי זײַנֶען געווען קראנק און שוואך. װוּ נאָר עס איז געווען א קראנקײַט, האָט זי זיך געטשעפּעט צו זיי! אָבער איצט, סוליענקע, זײַנען זי אויסגעוואקסן, וווילע קינדער. מײַקל איז אן אינזשעניער אין א סאָלידער פירמע, ער האָט א פרוי און א קינד. ראָזע אין א טאלאנט, א קינסטלערן, אף פּאָרצעלײַ מאָלט זי! זי האָט א פּריז פאר איר ארבעט! -- זי איז שוין אויך א כאסענע געהאטע? , -- אָ, סוליע, ס'איז עפּעס פון די גרינגע זאכן הײַנטיקע צײַטן כאסענע מאכן א טאָכטער! -- ס'ווענדט זיך װוּ, גרישענקע. בא אונדז, צום בײַשפּיל, איז דאָס שוין צו גרינג. מײַנע ביידע טעכטער האָבן באוויזן צוויי מאָל כאסענע האָבן, בין איך זויכע געווען האָבן פון צוויי טעכטער פיר איידעמס, און אלע פיר זײַנען מיר גראָד געפעלן געװאָרן --- וווילע יונגאטשעס! די פאָטאָגראפיעס געפעלן מיר אויך, אויסגעצייכנטע קוואליטעט! שיינע קאָלירטע פּאָטאָס. אף דער פאָטאָגראפיע איז דײַן שטוב? -- מײַן שטוב, אכט צימערן. קום צו פאָרן, אָרט װעט קלעקף װעסט זען מײַן סאָד. איך האָב צוויי אװטאָמאָבילן. מײַן מעבל-פאבריק האָב איך פארקויפט, אצינד בין איך א פרײַער מענטש. װאָס עס גלוסט זיך מיר, דאָס טו איך. קום צו פאָרן, װעלן מיר מאכן א רײַזע.-- האָט מיט צולאָכעס-גיפט געזאָגט גרישע,-- װוינטער רו איך אָפּ אין פלאָרידע. װעסט װעלן, גיבן מיר א פאָר צו אהין. איבער אײיראָפּע מאך איך א רײַזע אין פרילינג. כ'קאָן זיך מיט דיר דורכפאָרן קיין רוים, קיין פּאריזש!
43
סאול איסאקאָװויטש האָט באשלאָסן, אז ער װעט בעסער פאָרן קיין קאָדימע, װײַל אף אזא רײַזע, װאָס גרישע לייגט אים פאָר, האָט ער ניט געהאט, האָט ניט און װעט ניט האָבן קיין קלינגערס. :
-- זאָג מיר אָקאָרשט, מיר פאָרן קיין קאָדימע אָדער ניט?
-- איך קאָן ניט פאָרן קיין קאָדימע,-- האָט גרישע געענטפערט, און, אליין ניט וויסנדיק פארװאָס, האָבן זיי זיך צעלאכט. זיי האָבן זיך אופגעהויבן פון דער באנק און אװעקגע- שפּאנט.-- קאָדימע איז ניט אײַנגעשלאָסן אין מײַן מארשרוט.-- זיי האָבן נאָך אלץ געלאכט, די צוויי דורכגעטריבענע אלטע לײַט. :
-- װאָס הייסט דו קאָנסט ניט פאָרן קיין קאָדימע? איך פיל דיר מיט, און איך װעל פאָרן אָן דיר. ווען איך וויל, קאָן איך פאָרן, גרישע. די מינוט טו איך זיך א הייב און איך פאָר מיר אהין, אין מײַן טײַערער קאָדימע,-- האָט סאול איסאקאָװיטש געזאָגט מיט א שמייכל פון אן אלטן לערער, װאָס קוקט אף זײַן באליבטן טאלמיד.--- איך װעל מיר צופאָרן אהין און זען, צי איז גאנץ אונדזער טאָפּאָל. װוי גייט דאָרטן די בויוּנג, װי זעט אויס די באן-סטאנציע, דער װאָקזאל. דערנאָך װעל איך דיר אָנשרײַבן אין א בריוו, גרישענקע, פארשטענדלעך, אויב דו װועסט עס װעלן וויסן.
-- געוויס װעל איך װעלן. באשרײַב מיר אלץ. אָבער איצט דערצייל מיר וועגן זיך. װאָס פאר א קאפּיטאל האָסטו? װי האָסטו דורכגעמאכט די אלע יאָרן! האָסט מיר גאָרנישט ניט דערציילט. צי דען האָסטו ניט װאָס מיר צו דערציילן?--האָט גרישע ארויסרופעריש גע- פרעגט.
-- דאָ האָב איך דיר ניט װאָס צו דערציילן. אז דוֹ װעסט קומען צו אונדזערע געפילטע פיש, בעט איך דיך, זאָלסט גוט דורכרייניקן דײַנע אױערן, גרישענקע. דו װעסט הערן א לאנגע געשיכטע, א ראָמאנטישע לעבנסיגעשיכטע-- האָט סאול איסאקאָװויטש צוגעזאָגט און אויסגערופן: -- אָט זײַנען מיר געקומען צו מאָניען!
-- וווּ, װוּ וווינט ער עס, מאָניע?
װוּנדערלעך איז די גאס, װוּ מאָניע װוינט. די בלאנקע טראמװײַ-ליניעס פליסן, װי א זילבער-טײַך צװישן דעם געדיכטן גראָז אונטער די גרינע טאָפּאָל-קרױנען, װוּ די אלטע שטיבער קוקן אזוי גאדלעסדיק מיט די אָפּנעבליאקעװעטע פאסאדן...
--- װוּ, װווּ װווינט ער, מאָניע, װײַז מיר!
-- זעסט, דאָרטן, װוּ דער טויער איז אָפן,-- האָט מיט דער אויסגעשטרעקטער האנט גע- וויזן סאול איסאקאָוויטש,-- דאָרטן, װוּ די גאנצע וואנט איז פארצויגן מיט ווילדע װײַנטרױבן, װוּ דאָס מיידעלע שפּרינגט איבער א שטריקעלע און בא דער טיר איז צוגעפעסטיקט א רויטער שטערן. דאָס באטײַט, אז די שטוב איז פון קאָמוניסטישן שטייגער.
-- דו ביסט דאָך אן עמעסער פּאָעט!
-- אזוי מיינסטו? -- האָט סאול איסאקאָװויטש געשמייכלט, צוגעפירט גרישען ביז צו דער טיר, א קוועטש געטאָן די װײַסע גלעקל-קנאָפּקע. גרישע האָט איבערגעכאפּט דעם אָטעם און געווישט מיטן רויט-גאָלדיקן טיכעלע דעם קאָפּ.
-- גרישע,-- האָט סאול איסאקאָװויטש א זאָג געטאָן.-- שענק מיר דײַן טיכעלע, איך װויל עס האָבן וי אן אָנדענק פון דיר.
-- נעם, כ'וועל דיר ברענגען א גאנצן האלבן טוץ. איך האָב אָן א שיר אזעלכע טיכע- לעך! -- האָט גרישע זיך געפּלײַסט ארײַנצורוקן דאָס טיכעלע אין סאול איסאקאָוויטשעס האנט גראָד דאן, ווען די טיר האָט זיך געעפנט.
-- זוניע!? װאָס איז מיט דיר, זוניע, קום ארי
די טיר האָט זיך צוגעמאכט. סאול איז געבליבן שטיין אין הויף און געווארט, אז די ברידער זאָלן זיך דערמאָנען און אים א רוף טאָן. אָבער קיינער האָט זיך ניט דערמאָנט, קיי- נער האָט סאולן קיין רוף געטאָן, בלויז די קאץ איז ארויסגעגאנגען פונעם אָפּענעם פענצטער. זי האָט פּאמעלעך זיך געלאָזט גיין איבערן קארניז. אויסגעבויגן דעם דארן עק, האָט זי א קוק געטאָן צו דער גאס, א לעק געגעבן זיך דאָ און דאָרט און געשענקט סאול איסאקאָװיטשן אן אײַזיקאלטן בליק. סאול איסאקאָװויטש האָט ניט ליב געהאט, מע זאָל אזוי אף אים קוקן, און ער איז אוועק פון הויף, כאָטש עס האָט זיך אים זייער געװאָלט זײַן אפן אייבערשטן שטאָק איניינעם מיט די ברידער!
44
ביבלישע איניאַנים
אזוי איז עס פאָרגעקומען,
-- זוניע, נא דיר גאָר זוניע! װאָס איז מיט דיר דער מער, נו, שוין, קום ארײַן! דו װעסט טרינקען טיי! -- האָט מאָניע געפרעגט, שטייענדיק לעבן קלארעס געלעגער מיט א טעלער אין דער האנט.
-- גיב טיי.
-- קאשע ווילסטו?
-- זאָל זײַן קאשע.
מאָניע האָט פון בופעט גענומען א טעלער מיט א לעפל, אויסגעשקראבעט פון דעם טשוהונטשיק די צוגעברענטע קאשע. ווידעראמאָל געזאָגט:
-- שוין גאנץ לאנג, אז דו ביסט ניט ארײַנגעלאָפן.
-- גאנץ לאנג...
-- זע, מיר דוכט, אז דו ביסט מאָגערער געװאָרן-- האָט מאָניע באמערקט, ניט קוקנדיק אף גרישען.
יענער האָט אײַנגעשטימט:
-- יאָ, איך בין אָפּגעצערט.
-- דו ביסט געווען אין מאָסקװע?
-- איך בין דאָרטן געווען,
-- אינטערעסאנט. װאָס קוקסטו! קלארע פילט זיך הײַנט ניט איבעריקס. װאָס האָט דיר געזאָגט באָריע?
-- דו ווייסט, מאָניע, װאָס באָריע האָט געזאָגט! ער האָט געזאָגט, אז ס'איז אין דער וועלט ניט פאראן אזא קראפט, װאָס זאָל קאָנען שטערן צוויי לײַבלעכע ברידער זיך ארומצונעמען.
-- ער איז ניט קיין טיפּעש, באָריע, -- האָט מאָניע שטיל א זאָג געטאָן, זיך האסטיק א לאָז געטאָן צו גרישען און אים ארומגענומען.
-- מאָניע, -- האָט קלארע אויסגעקערעוועט דאָס פּאָנעם צו זיי, -- נעם צו דעם טעלער פון מײַן האנט, באקען מיך מיט גרישען, איך בין דאָך נאָך ניט געשטאָרבן!
דערנאָך האָט מאָניע געװויינט און װוידער ארומגענומען גרישען. און א ביסעלע שפּעטער האָט ער אראָפּנעכאפּט פון צװאָק דעם רימען, װאָס ער האָט לעכאטכילע אָנגעגרײט פארן ברודער, האָט אים טאקע גוט מעכאבעד געווען, און גרישע האָט געשמייכלט און ניט באוויזן צו ציילן, וויפל שמיץ ער האָט ארײַנגעכאפּט.
דערנאָך האָט דאָס גלעקל זיך צעקלונגען. מאָניע האָט אופגעהויבן א פינגער און איז אוועק עפענען די טיר. גרישע האָט געהערט, וי מאָניע האָט דאָרט געזאָגט:
-- איצט האָסטו דיר טאקע זוניען! װאָס איז די מײַסע, גיי ארײַן, גיי שוין, זוניע.
און זוניע איז ארײַנגעגאנגען. און ס'איז געװאָרן א דרײַלינג, כוֹץ די פרויען.
-- כ'האָב װוי געפילט, װי דאָס הארץ האָט מיר געזאָגט! -- האָט זוניע געלאָזט וויסן
און זיי האָבן זיך געפרייט אלע איניינעם. װי זשע אנדערש, זיי זײַנען דאָך געווען לײַב- לעכע ברידער, װאָס פאר א מאכט האָבן דאָ געקאָנט האָבן די זעקס און פופציק יאָר?
זוניע האָט געבראכט פארן עלטערן ברודער אן אָף. גרישע איז געקומען מיט ליידיקע הענט. ער האָט גלײַך געװאָלט גיין אין האָטעל נעמען די מאטאָנעס, אָבער די ברידער האָבן אים ניט געלאָזט, זיי האָבן געזאָגט, אז דאָס װעט ניט פארשפּעטיקן. מע האָט זיך געזעצט צום טיש. עס האָט זיך געפונען װײַן, ברויט, פּוטער, שפּראָטן, װוּרשט און נאָך עפּעס, װאָס גוטע- טשקע האָט צוגעשיקט. די עלטערע ברידער האָבן געפרעגט גרישען, װי האָט ער געלעבט, גרישע האָט געענטפערט, אז ס'איז אלץ געווען -- סײַ ליכטיק, סײַ פֿינצטער, און ער האָט גע- וויזן אלע פאָטאָגראפיעס, די ברידער זאָלן זען דאָס װײַב זײַנס, די קינדער מיט די קינדסי קינדער, דעם אווטאָבוס זײַנעם, דאָס הויז זײַנס אפן בערגל.
גרישע האָט עס אלץ געוויזן און געפרעגט באם מיטעלן ברודער, װי סע האָט זיך אים געלעבט. און זוניע האָט געענטפערט, אז ער האָט גוט געלעבט, אז מיטן געזונט איז בא אים און בא זײַן װײַב װויל, און דער זון מיטן װײַב און קינד זײַנען אויך געזונט און אז די דירע מיט דער דאטשע לעבן פאָנטאן זײַנען ביז גאָר וואזשנע.
און דאָ האָט זיך מאָניע דערמאָנט וועגן דער. דאטשע, ער האָט געלאכט און זיך' אל יי אז אף זוניעס דאטשע איז פאראן א מאזיק א דוש, און יעדעה בידנער דוש-ליבהאָבער מוז דרייען מיט די פיס די פּלימפּיפּעדאלן, קעדיי די וואסער זאָל אים- שמײַסן פון אויבן. דער, װאָס קאָן אָבער ניט גיין מיטן קאָפּ אראָפּ אוּן דרייען די פּעדאלן מיט די הענט, יענער בלײַיבט,
45
נעבעך, מיט ברודיקע פיס. דאָ האָט גרישע װוידער געפרעגט בא מאָניען, װי ער האָט געלעבט, און מאָניע האָט, פאנאנדערגיסנדיק דעם װײַן אין די גלעזלעך, געענטפערט, אז אף זײַן לעבן קאָן מען קוקן אזוי, װוי אף דער גרינער פלאש. אָבער עס ווענדט זיך, װי מע זאָל קוקן. אויב קוקן אף דער פלאש פון דער זײַט -- איז עס א פלאש און גאָר. אויב קוקן פון אונטן -- זעט מען א טונקל קײַלעכדיק דעקל. אָבער אויב מע זאָל קוקן אינװייניק -- זעט מען, װי דאָרטן גיסט זיך איבער און פינקלט, אז עס איז א מעכײַע. דערבײַ האָט ער געלאכט, געגעבן זײַנע ברידער די פלאש, זיי זאָלן אהין ארײַנקוקן. גראָד דאָ האָט זיך ארײַנגעמישט קלארע.
-- מאָניע, װאָס דרייסטו א קאָפּ מיט דער פלאש? דערצייל בעסער וועגן נאטאשען און װאָלאָדיעטשקען!
האָט מאָניע געפאָלגט קלארען, געבראכט דעם אלבאָם, געבלעטערט די אלבאָם-זײַטלעך פון רעכטס אף לינקס. ער האָט געוויזן נאטאשען מיט װאָלאָדיעטשקען פון זויגיעלטער ביז זיערע איצטיקע יאָרן. און קלארע האָט, זיצנדיק אפן געלעגער, דערציילט:
-- ווען װאָלאָדיעטשקע איז אלט געווען פיר יאָר, ביז הונדערט מיט צוואנציק, האָט ער אין קיך געפרעגט מאָניען: זיידע, װאָס װעט זײַן, אויב די רעגירונג װעט דערלויבן, קינדער זאָלן אָנצינדן שוועבעלעך! -- קלארע האָט עס דערציילט און זיך צעוויינט פון ליבע צום אייניקל.
דערנאָך האָט מאָניע געוויזן די פאָטאָגראפיעס פון זײַן טאָכטער גוטע, זײַן איידעם איגאָר און דעם איידעמס עלטערן, די מעכוטאָנים, פּיאָטער וואלעריאנאָוויטש און מאריאנא פּאװלאָוו- נא פון מאָלדאװיע. און מאָניע האָט צוגעגעבן:
-- זי זײַנען אגראָנאָמען, דאָס איז אן אינטעליגענטע מישפּאָכע.
אף נאָך א זײַטל איז פאָרגעשטעלט געװאָרן זוניעֶס מישפּאָכע אין פולן באשטאנד -- זוניע גופע, זײַן װײַב סאָניע, זײַן זון באָריע אין ציווילן אָנטאָן מיט זײַן װײַב סוועטלאנע, וועלכע האָט שטודירט און געענדיקט דעם זעלבן יורידישן פאקולטעט וי באָריע. אויך זוניעס
2 4
-
אייניקל האָט מאָניע געוויזן, ליאָניע דעם קאָמסאָמאָליעץ און ווידעראמאָל באָריען אין מילי- טערישער אמוניציע. דערנאָך האָט מאָניע געוויזן זיך פּערזענלעך, קלארען און זייער קליין טעכטערל גוטעטשקען. אף נאָך א פאָטאָגראפיע איז געשטאנען זייער טאטע -- מאָניעס, זוניעס, גרישעס לײַבלעכער טאטע, דער גיבער זעליק, װאָס האָט אין געװעט אופגעהויבן א שטיק אײַזן און ס'האָט געפּלאצט אין אים אן אָדער און ער איז אװעק פון דער ועלט. ער איז דאן אלט געווען אינגאנצן זיבן און דרײַסיק יאָר. און אָט איז זעליק דעם גיבערס װײַב, זייער מאמע, די קראסאוויצע סויבל, די אלמאָנע, דער קאָפּמענטש, די אופזעערן פון שטיינערנעם פּאלעץ, װאָס א פּאָרעץ א מאָלדאוואן האָט געבויט באם דניעסטער, און סויבל האָט געזען און זיך באמיט, אין פּאלעץ זאָל זײַן א גלעזערנע פּאָדלאָגע מיט גילדענע פישעלעך.
און אָט קוקט פון א פאָטאָגראפיע דער זיידע זייערער פון דער מאמעס צאד, דער אומע- טיקער זיידע מענדל, דער טאלמיד-כאָכעם און דער צאדיק אין דער יארמלקע, װאָס איז געווען אין דער געמאָרע, װי בא זיך אין דער היים. ער איז געװען א קענער אין פּילפּל און אין טײַטשן. לעבן אים אף א שטול זיצט די באָבע מיריאם -- וי נאָכגיביק און ווייך זי האָט אוועק- געלייגט איר האנט אף זײַן קליינעם אקסל.
איצטער גייט דער זיידע פון טאטנס צאד, װאָס איז געװוען א באלעגאָלע בא דער באן- סטאנציע און האָט געהאלטן א סאך פורמאנעס, דער ערנסטער, הארבער מענטש זוסיע שטיימאן. ער זיצט איניינעם מיט זײַן װײַב מיריאם, בא וועלכער די ברעמען זײַנען אזוי הויך אָנגעצײיכנט, אז זיי שנײַדן שיר ניט איבער דעם גאנצן שטערן. איר גאנצער אָנבליק אָטעמט מיט פרײילעכקײַט, אפילע אירע קליינע אױיערן, װאָס קוקן ארויס פון אונטער דער פאטשייל- קע, זײַנען ביז גאָר היימלעך.
צולעצט האָט מאָניע געוויזן א פאָטאָ, פון וועלכער עס האָט געקוקט דער זיידע שימקע מיט דער װײַסער גרײַזער באָרד, א דערשראָקענער, װאָס ער מוז שטיין אנטקעגן פאָטאָ-אפּא- ראט. דער אלטיטשקער האָט געלעבט אקוראט הונדערט יאָר און איז געשטאָרבן פּונקט אין זײַן געבוירן-טאָג.
אזוי זײַנען די ברידער לאנג געזעסן, געקוקט אף זײיערע אייגענע און באדויערט, װאָס די פאָטאָ-קונסט איז ניט דערפונדן געװאָרן, בייס די קײיסאָרים פון מיצראים האָבן גע- וועלטיקט.
דערװײַל איז זיך סאול איסאקאָװויטש געגאנגען מיט דעם בל;ענדיקן וועג צוריק אהיים. ס'האָט אים פארדראָסן, װאָס די ברידער האָבן אים ניט ארײַנגערופן. אײינצײַטיק איז ער געווען צופרידן, װאָס ער װעט קענען ארומטראכטן א סאך זאכן, און טראכטן האָט ער בא- דארפט טייקעף,
הייסט עס, גרישע װעט צו אים קומען מאָרגן און סוועט גיין א שמועס וועגן לעבן דארף מען אים אױסמאָלן דאָס סאמע גליקלעכע, אָבער אויך טרויעריקע געשעענישן. פאר- שטייט זיך, אז ס'איז אויך דאָ ועגן װאָס צו מאכן א שװײַג. צום בײַשפּיל, דאָס, װאָס עס האָט געטראָפן אין די ,קלאָרע פענצטער". דאָס דארף מען ניט דערציילן, דאָס קאָן שאטן דעם לאנד. וועגן מישקע איזאָטאָװוס אײַנשטײן בא אים דארף מען אויך ניט ריידן, װײַל ס'קען זייער זײַן, אז גרישע זאָל עס פארשטיין ניט װי עס דארף צו זײַן. סאול איסאקאָװויטש האָט געקלערט, אז צום פײַערלעך-דיפּלאָמאטישן אופנאם דארף צוגעגרייט װערן א שלאָגלעריש- הײַנטיקע געשיכטע, קעדיי ער, סאול שטיימאן, זאָל אנטשטיין פאר גרישען אין דער געהע- ריקער שײַן. מאָרגן װעט ער אָנטאָן דאָס קרעמעווע נײלאָן-העמדל, ער װעט זיצן מיט רע- וועקען בא איין עק טיש, באם צווייטן װעלן זיצן מאָניע מיט גרישען. ער װעט געדולדיק ווארטן, ביז אלע װעלן אױיסשעפּן זייער ,דו געדענקסט?!", ער װועט אפילע ווארטן, ביז גרישע וועט גענוג זיך אָנבארימען מיט זײַנע גליקן פון אמעריטשקע, ער װעט ווארטן ביז דער מי- נוט, װוען די געסט ווילן וויסן, וויפל דער זייגער האלט, און דאן װעט ער ארויסלייגן די אנטשפּרעכיקע געשיכטע און ער װועט זאָגן:
-- צי ווילט איר, טײַערינקע מײַנע, וויסן, װאָס כ'האָב געטאָן די נאכט!
אדע װאָלט געזאָגט:
-- ביסט געלאָפן צו דײַן ליובאָװניצע!
רעוועקע װאָלט איידל ארויסגעבראכט:
-- האָסט געכראָפּעט, װוי א קאבאן.
דער איידעם סאשע װאָלט געוויס געזאָגט:
-- איר האָט געטריבן סאמאָהאָן.
שורקע װאָלט זיך געכאָכמעט:
47
-- זיידע, דו האָסט געמאכט פאלש געלט!
און ווען אלע װאָלטן זיך גוט אָנגעלאכט, דאן װאָלט ער א נעם געטאָן די לייצעס אין די אייגענע הענט און װאָלט שוין געװוּסט װאָס צו דערציילן.
סאול איסאקאָוויטש איז געגאנגען, אונטער זײַנע טריט האָבן געסקריפּעט די קליינינקע שטיינדעלעך און דער זאמד, מיט ועלכן די סטעזשקע איז געװען באשאָטן. ער האָט זיך צוגעגרייט אויסצודיכטן א געשיכטע לוט אלע קלאָלים -- מיט דער נייטיקער אנטוויקלונג, מיט אן ארײַנפיר און א קולמינאציע-פּונקט.
נאָר סאול איסאקאָװויטשן איז ניט געווען באשערט אויסצודיכטן זײַן געשיכטע -- ער איז דאָך טאָמיד געווען א מאזלדיקער,
-- סוליע, כריין. ס'איז מיר גאָר פון זינען ארויס צו קויפן כריין!
מיט די װערטער האָט אים באגעגנט רעוועקע, װען ער איז ארײַנגעגאנגען אין שטובי
רעוועקע האָט שוין באוויזן א שפּרונג טאָן צום מארק קויפן א העכט און יונגע הענדלעך, אָבער דאָס סאמע נייטיקסטע, כריין, האָט זי גראָד פארגעסן.
-- גוט, איך װעל קויפן כריין, -- האָט אָן כיישעק צוגעשטימט סאול איסאקאָװויטש, בייס" מײַסע פארשטייענדיק, אז דער כריין גאזלט בא אים צו צײַט און די געהעריקע געשיכטע װעט ער ניט דערטראכטן. ער האָט פון דער גרינג עפּעס איבערגעכאפּט און, נאָך קײַענדיק, איז ער ארויס פון שטוב קויפן כריין.
דער מארק איז װי א פלעק פון טינט אף מעק-פּאפּיר זיך צעפלאָסן איבער די נאָענטע גאסן. די פּארקנס, װאָס האָבן אים געזאָלט אָפּצױמען, האָבן ניט געהאָלפן. דער מארק האָט זיך אריבערגעגאָסן איבער זיי, האָט געשוויבלט און געגריבלט אין די נאָענטע גאסן און געסלעך. ער האָט אופגערעגט און צעבויטעט די שטימונג פון די מענטשן, װי דער ריעך פון טײַך רעגט אוף דעם פישער.
נאָר דער מארק איז געווען ניט נאָר דאָרט, װוּ ער איז געווען. די איבערגעפולטע טראמ- װײַען, וועלכע זײַנען געפאָרן צום מארק, די פרויען, װאָס זײַנען קעסיידער ארויס פון די טראמװײַען מיט געשטריקטע קאָשעקלעך, אװאָסקעס אין די הענט, פון װעלכע סהאָט ארויסגעקוקט גרינס, איז אויך געווען דער מארק. די טראמװײַ-בילעטן, צוקערקע-פּאפּירלעך און די ציבעלע-שאָלעכץ, וועלכע האָבן געשורשעט, וי די דינע פליגל באם טײַךיפלאטערל, זײַנען אויך דער מארק. די שאָלעכץ פון די זונרויזןײאָדערלעך, די בלעכענע גאָפּרירטע דע" קעלעך פון ביר- און לימאָנאדיפלעשער -- דאָס אלץ איז דער מארק, און דאָס אלץ איז צו זען אין די דערבײַיקע געסלעך. אהינטער דעם פּארקן, אפן סאמע מארק פארגעסט אָפט דער מענטש, װאָס ער האָט געװאָלט קויפן. ער בלאָנקעט װי א צושויער, װי א גאסט. ער איז בא" צויבערט פון דער שעפע, פון דעם אלעם, װאָס זײַן בליק באגעגנט דאָ.
דער פּראָדוקטןימארק האָט ניט די אטמאָספער פון דער ,טאָלקוטשקע". דאָ זײַנען ניטאָ קיין שמאטע-הענדלער, דאָ הערט מען ניט קיין זידלערײַען.
אויב אפן פּראָדוקטן-מארק װעט א פרוי לאנג איבערקלײַבן א בינטל יונגע רעטעכלעך, װעט די קאָלװירטניצע, װאָס פארקויפט עס, צו איר זאָגן:
--- אוי, געזונט זאָלסטו זײַן, טײַערינקע. דו קויפסט דאָך ניט קיין בעהיימע, קויפסט רע" טעכלעך.
צו א קוינעטע, װאָס טאפּט לאנג ארום, װעט די פארקויפערן גוטמוטיק זאָגף
--- טײַערינקע, װאָס קיצלסטו אזוי די הון? זי װעט דאָך אלציינס ניט לאכן
סאול איסאקאָוויטש האָט ענדלעך דערזען א מומע מיט כריין.
-- פונוואנען האָסטו געבראכט דעם כריין, פון װײַט!
--- פון ,יאסניִע אָקנא". האָסט עפשער געהערט?
-- געהערט, וי זשע.
אָט װאָס סאול איסאַקאָװיטש האָט דערהערט אפן מארק:
-- אָט װי דו זעסט, מײַן טײַערינקער, האָב איך אליין דעם כריין פארזעצט אף מײַן קאָפֿי עס וואקסט און וואקסט, איך קען פון אים ניט פּאָטֶעֶר װערן.
-- עס וואקסט דאָך ניט פון זיך אליין. גראָב אויס, מומינקע!
-- זײַ א בעריע און גראָב אויס! דער װאָרצל ליגט א מעטער די טיף. א װיסטע גע" רעטעניש. איך שלעפּ און שלעפּ אפן מארק און קאָן אים ניט פארקויפן. מײַן מאן, דעם בײַדוק, איז אלציינס, ער װעט ניט נעמען די לאָפּעטע אִין האנט. און איך, װי דו זעסט, האָב ניט קיין פינגער אף דער רעכטער האנט, װאָס קאָן איך טאָן?
-- וי לעבט איר דאָרטן בא אײַך אין ,יאסניַע אָקנא"?
-- מיר לעבן גוט. װאָס פרעגסטו אזוי! ניט שוין זשע ביסטו בא אונדז געװע?
5--0 48
-- אנומלטן בין איך געווען. א מישפּאָכע האָסטו? קינדער האָסטו?
-- איך האָב קינדער, נײַן אייניקלעך. ס'איז דאָ פון װאָס אָנצוקװעלן. קיין געזונט איז ניטאָ. זעסט מײַן האנט!
--- אוי-יוי-יוי! וויַאזוי איז דאָס געשען?
-- כ'וועל דיר זאָגן, װעסטו ניט גלייבן! אנומלטן בין איך קראנק געװאָרן מיט א גריפּ, נאָכדעם האָב איך פארלאָרן דעם פארשטאנד. געווען ניט באם זינען. דער מאן האָט מיך אף א מינוט ניט אָפּגעלאָזט פון זיך, מוירע געהאט, איך זאָל דאָס לעבן זיך ניט נעמען. דאפקע אין יענער צײַט האָבן מיר געבויט א שטוב, האָט מען פון זאװאָד געדארפט ברענגען ציגל. ווערטלט זיך מײַן מאן: ,,איך גיב דיר מײַן האנט, אז מע װעט מאָרגן קיין ציגל ניט ברענ- גען". דער סייכל האָט זיך דאָך בא מיר געפעלט, גיי איך שטילינקערהייט ארײַן אין דער קאמער, דאָרטן איז בא אונדז געלעגן א קרומער טערקישער שארפער קינזשאל, א סאקאָנע אים צו נעמען אין דער האנט. ער איז גוט צוניץ געקומען אין דער באלעבאטישקײַט, מיר האלטן דאָך כאזיירים... בעקיצער, איך האָב מיט דעם קינזשאל דערלאנגט איבער דער רעכ- טער האנט, און פארטיק -- די פינגער זײַנען אראָפּגעפלױגן, װי ניט געווען! ס'איז געקומען די ,גיכע הילף", מע האָט מיך אוועקגעפירט אין שפּיטאָל, בא פינף כאדאָשים האָט מען מיך דאָרט געהאלטן. אז וויי איז שׁוֹין געווען צו מיר!
-- אײַער כאטע שטייט די דריטע פון צערקווע?
-- די דריטע, טײַערער מײַנער. פונוואנען ווייסטו דאָס! עפשער האָסטו דאן געבראכט ציגל, אָדער דו ביסט א פאָטאָגראף, האָסטו פאָטאָגראפירט די אייניקלעך?
די כרייןימומע האָט שמייכלענדיק ארײַנגעקוקט אין סאול איסאקאָװויטשעס פּאָנעם, זי האָט געווארט, װאָס ער װעט זאָגן, און געגלעט די באק מיט דער אָנפינגערדיקער ברוינער דלאָניע.
ער װאָלט עפשער אָנגערופן זײַן נאָמען, כאָטש ער האָט זי ניט דערקענט, װײַל זי איז ניט ענלעך געווען אף יענער קראסאוויצע, װאָס האָט ארױסגעטראָגן דעם גלעטשיק סאמאָ- האָן אין סאָד און אים אוועקגעשטעלט אפן טיש אונטער די ביימער. אָבער דאָס, װאָס זי האָט דערציילט וועגן קינזשאל, איז געווען דער ריכטיקער סימען, אז דאָס איז זי, און סאול איסא- קאָװויטש האָט געװאָלט זאָגן:
,ניין, מומע, ניין... קיין ציגל פאר אײַער נײַער שטוֹב האָב איך ניט געבראכט, אײַערע אייניקלעך האָב איך ניט פאָטאָגראפירט. אין נײַן-און-צוואנציקסטן יאָר האָט אײַער פארצלי- טיקער קינזשאל זיך צוגערירט צו מיר. איר דערקענט מיך ניט?"
ווען ער זאָגט עס, װאָלט זי געוויס ארויסגעקרעכצט: ,גאָט מײַנער!" אָדער זי װאָלט גענומען יאָמערן, װי א קלאָגימוטער. זי װאָלט אים דערציילט, אז זי איז נעכט ניט געשלאָפן, אז זי האָט טפילע געטאָן פאר אים אין צערקווע, אָדער זי װאָלט אים גאָר גערופן צו זיך אין געסט, און מיט דעם זעלביקן טערקישן קינזשאל װאָלט זי דערשטאָכן א כאזערל און װאָלט אים מעכאבעד געווען. מע װאָלט געטרונקען סאמאָהאָן, פריילעך געװאָרן, און דאן װאָלט מען זיך דערמאַנט, װי איר מאן האָט מיט דעם דאָזיקן קינזשאל אנומלטן עפּעס געטאָן איינעם אן אגיטאטאָר. סאָפּקאָלסאָף איז די כריין-סויכערטע געווען דעמלט נאָך לײַכטזיניק, זי האָט גוט געטאָן, װאָס זי האָט ארױיסגעטראָגן דעם גלעטשיק סאמאָהאָן. איצט איז זי א מאמע און א באָבע, און איך בין געבליבן בא מײַנע צוויי טעכטער. דער גלעטשיק סאמאָהאָן האָט מיך געראטעוועט פון אן אומפארמײַדלעכער בלוטפארגיפטונג. אֹיר מאן האָט דעמלט אױסגעגאָסן דעם סאמאָהאָן אפן טערקישן קינזשאל און צוגעלייגט א שוועבעלע. און אזוי איז געמאכט געװאָרן די דעזינפעקציע...
ווען ער זאָגט עס איר אלץ, קאָן זייער זײַן, אז זי װאָלט געלייקנט שטיין און ביין. אזוינע געדאנקען האָבן זיך דורכגעטראָגן אין סאול איסאקאָװויטשעס מויעך, ער האָט אויסגעקליבן דרײַ גראָבע בלייכע כריין-װאָרצלען, באצאָלט, גענומען צען קאָפּעקעס רעשט, און דאָ האָט זי צו אים געזאָגט:
-- נעם אָט די ראבינקע פאסאָליעס, זיי זײַנען זייער זיסע.
-- ניין, -- האָט זיך אָפּגעזאָגט סאול איסאקאָװיטש, -- אף ראבע פאסאָליעס האָט מײַן װײַב מיר קיין געלט ניט געגעבן.
-- װער ביסטו פאָרט, װאָס דו װוייסט, אז מײַן שטוב איז די דריטע פון דער צערקווע?
-- ווען איך זאָג דיר, ער איך בין, װאָלסטו זיך דערשראָקן. זײַ געזונט! -- האָט סאול איסאקאָוויטש געװוּנטשן, ארײַנגעלײיגט דעם כריין אין דער רעקליקעשענע, איז אוועק, דער- נאָך זיך אומגעקוקט -- די כרייןיסויכערטע האָט צוגעלייגט די האלבע דלאָניע צו די ליפּן. אין אירע קארע אויגן איז געווען שרעק און אומרו,
49
סאול איסאקאָוויטש האָט פארקניפּט אפן רוקן דעם גרויסן פינגער פון דער רעכטער האנט אין דער זשמעניע פון דער לינקער און איז געשווינד אװועק פון מארק. ער האָט זיך געביי- זערט אין הארצן: ,א גאנצער יאיטעבע-ידאם! א געפערלעכער מענטש! דו װעסט זיך דער- שרעקן! א וויסטע כארפּע..".
סאול איסאקאָװיטש, הערט זיך צו, וועגן װאָס זשומען די ווילדע בינען איבער די קוסי טעס מיט וילדע רויזן, זיז"זו.. װאָס פאר א װוּנדערלעכער װוּנדער זײַנען דעם מענטשנס הענט! איבערן גרינעם גאזאָן גייט א קינסטלעך רעגנדל. אָט וועגן װאָס די בינען זשומעף מע קאָן אונטערשטעלן די ברייטע דלאָניעס און ס'וועט זײַן באקוועם זיך אָנצוטרינקען. מע קאָן זיך אָנכאפּן אין טראמװײַ-רימען, איז באקוועם צו שטיין אפילע, בייס דער טראמװײַ רירט זיך פון אָרט. מע קאָן נעמען מיט די געהאָרכזאמע פינגער א כריין-װאָרצל, װאָס מע האָט געקויפט בא דער באלעבאָסטע פון , יאסניע אָקנא", און אים אָנרײַבן אפן ריבײַזל, װעט אײַער װײַב רעוועקע ניט דארפן וויינען. אָט וועגן װאָס די בינען זשומען! זיז"ז!.
צו מיטיק איז דער מיטיק ניט פארטיק געווען. רעוועקע האָט זיך ארײַנגעטאָן אין אויס- ביינדלען דעם העכט, און אין אנדערע באלעבאטישע ארבעטן האָט זי פארגעסן, אז די צײַט גייט. און דאָס איז געווען א גוטער סימען, װײַל ווען ריווע די בעריע איז געווען א קאפּעלע שולדיק אָדער זי האָט עפּעס פארזען, איז זי געווען גוטהארציק. אָבער דאָס איז געווען אזוי זעלטן, אז סאול איסאקאָװויטש האָט אזוינע פאלן געדענקט אזש פון ערשטן טאָג, װען ער האָט אָנגעהױיבן לעבן מיט איר.
איצט איז פּונקט געווען אזא פאל, און ער האָט אָן שום ריזיקע געקענט א װאָרטשע טאָן:
-- װאָס האָסטו פּלוצעם פארטראסקעט אזא באנקעט!
און זי האָט געענטפערט:
-- קעדיי דיר צו פארשאפן פארגעניגן, שויטע!
סאול איסאקאָוויטש האָט נאָך אזא ענטפער געזאָגט זייער פאָרזיכטיק:
-- כ'וועל אויסטרינקען א גלאָז טיי מיט פּוטער מיט ברויט. א לעפל אײַנגעמאכטס מעג איך נעמען?
-- װאָס איז דאָ צו ריידן? נעם, וועלכן דו װילסט, -- האָט רעוועקע שולדיקלעך דער- לויבט.
סאול איסאקאָװויטש האָט געטרונקען טיי, באשמירט אפן ברויט פּוטער, דערנאָך אײַנגע- מאכטס, נאָך יעדער ביסן זיך באלעקט, און אפן זינען איז אים געקומען אזא זאך: ער האָט זיך דערמאָנט, אז א װאָך נאָך זײַן כאסענע מיט רעוועקען איז זײַנער א פרײַנט, לייזער שקאָל- ניק, געקומען זיי באגריסן און ער האָט געבראכט דראָשעיגעשאנק -- א שטאָף בראנפן מיט געװיאָנדזלטע פיש. רעוועקע האָט דאן געזאָגט: ,זיצט און ווארט, אין צען מינוט ארום װעל איך צושטעלן קארטאָפל און אָפּרײניקן די פיש". זי האָט גיך אָנגעצונדן דעם פּרימוס און איז וי אין וואסער ארײַן. אין א צײַט ארום איז סאול איסאקאָװיטש אוועק א קוק טאָן, װאָס זי טוט אין קיך. דאָרטן האָט גערוישט דער עלנטער שפּאָגלינײַער פּרימוס. קיין שום טאָפּ איז אפן פײַער ניט געשטאנען. דאָס בלוי-רויטע פּײַער האָט אומנוציק געברענט. ריווע איז אין קיך ניט געווען. סאול האָט א קוק געטאָן בא די שכיינים -- ניטאָ, אין הויף -- אויך ניטאָ! זי איז ארײַנגעלאָפן, בייס סאול איסאקאָװויטש און לייזער שקאָלניק האָבן שוין ניט געװוּסט, װאָס הייבט מען אָן צו טאָן. זי איז דערשינען אין א נײַ קלייד, נאָרװאָס פון דער נאָדל ארויס. א פּרעכטיק קלייד פון רויטן זשאָרזשעט! דערזען, וי זי בלאנקט און שעמערירט פון פרייד, האָבן זי געמאכט לעכאים, און זי האָט אף זיי געשר;ען:
-- איר האָט נאָך גאָרנישט ניט געטאָן!
זי האָבן אלע דרײַ געקײַכט פון געלעכטער, װײַל װען ריווע האָט געלאכט, איז געווען אומעגלעך ניט צו לאכן מיט איר איניינעם.
-- פויליאקעס! -- האָט זי געשריִען. -- די מינוט גייט שיילן קארטאָפּל! איך װעל רייי ניקן די פיש אין מײַן נײַ שיין קלייד?! רירט זיך!
דערנאָך איז לייזער אוועק, און אין צימער האָט זיך אױסגעשפּרײט א זילבערנע נאכט. ריווע האָט זיך געפילט שולדיק. דערצו איז זי געווען גוט פארליבט. אין יענער נאכט זײַנען זי ניט געשלאָפן, ביז די ערשטע מילכיקערנס האָבן זיך באוויזן אין גאס.
אין שטוב האָט געשמעקט מיט רייכעס פון יאָמטעװ. איבערן קאָרידאָר און אינעם צימער האָבן זיך געהוידעט אראָמאטן פון מישע איזאָטאָווס צײַטן. א פּאָלומעסעק געפילטע פיש האָט סאול מיט גרויסע שװעריקײַטן ארײַנגעשפּארט אין כאָלאָדילניק. א בארג דינסטע כרוסטיק-
50
לעך האָט זיך פונעם אלמער געהויבן צום סופיט, אף דער פענצטעריברעט האָט פּאװאָליע זיך געקילט א בורשטין-פּעציא פון אויפעס.
סאולן האָט זיך אין ערגעץ ניט געװאָלט אװעקגיין פון ריוװועס פארמאטערטקײַט און װײיכקײַט, פון דער פאריאָמטעוודיקער אָנגענעמער אופרעגונג, פון דער זיכערקײַט, אז אלץ איז אין פולער פאריאָמטעוודיקער אָרדענונג. אָבער ער האָט געדארפט גיין צונויפרופן די געסט אף דער סימכע.
ערשטנס, איז ער אוועק צו דער שװועסטער. געקומען צו מאניען, האָט ער זיך אוועקגע- זעצט אף א שטול אין סאמע מיטן צימער. אזוי איז ער געזעסן, די הענט פון די קעשענעס ניט ארויסגענומען.
בא דער שװועסטער, װי ער האָט באמערקט, האָט אלץ געבלאנקט. זי איז שוין געװען אָנגעטאָן, מע קען זאָגן אויסגעפּוצט, פארטיק צו גיין אין געסט, אפילע מיט מאניקיור. דער שכיינעס מיידעלע מיטן געלן קעצל האָבן זיך געשפּילט אף דער סאָפּע, מאניע האָט קעסיידער געדארפט פאריכטן די צעװאָרפענע קישעלעך. די ראדיאָ האָט געזונגען פּיַאָנער-לידער, פון די געעפנטע פענצטער אין דער יאםישול, װאָס איבער דער גאס אנטקעגן, האָט זיך ארײַנ- געהאקט, וי א נײַער צװיאָק, אין מאניעס אָפענעם פענצטער אן ערשטראנגיקער ,זדראוויא זשעלאיעם!" אזוי אז עס האָט זיך געװאָלט א קנאק טאָן מיט די אָפּצאסן און שטיין בלײַבן פאר זיך גופע, װוי אף דער וואך. דורך דער שיינער גאס מיט די קארעאטידן אף די שטיבער און מיט די פארשיידנפארביקע װענעציאן-פענצטער האָבן פארבײַ די פאסאדן מיט א קנאק געראָלט מאשינעס, געלאָדענע מיט פרישע ציגל, אזוינע רויטע און פרישע, אז עס האָט זיך געדאכט, זיי זײַנען נאָך הייס. די מאשינעס האָבן גערוישט און גערעװועט, אָנגעפילט דעם ארום מיט בענזין-רייכעס און, פארבײַפאָרנדיק מאניעס אָפּענעם פענצטער, געיאָגט שנעלער, װײַל זיי האָבן אָנגעװאָרן דעם טעמפּ, בייס זיי האָבן פארקערעוועט פון אהינטער דעם ווינקל. מיט איין װאָרט, דער פרימאָרגן איז געווען אין פולער בללונג,
-- דו האָסט אים געזען! ער איז געווען בא דיר? װי זעט ער דיר אויס?--האָט מיט א קלינגעוודיק-פריידיקער שטים געפרעגט מאניע.
-- אן אמעריקאנער! -- האָט סאול איסאקאָװויטש אויסגערופן און א הייב געטאָן איין אקסל, װי ער װאָלט אונטערגעשטראָכן, אז עס איז קאָמיש, אָבער ניט שארפזיניק צו זײַן אן אמעריקאנער. -- ער האָט זיך ארײַנגעשטעלט א שפּראָץ אף טאָג, מיר זײַנען נאָרװאָס אופגעשטאנען! -- און סאול האָט אופגעהויבן דעם צווייטן אקסל, װי ער װאָלט געזאָגט, אז אף דער גאנצער וועלט װעט זיך ניט געפינען אזא איינער, װאָס זאָל אזוי פרי אָפּשטעקן א וויזיט. -- כ'האָב זיך געװוּנדערט, וועמען האָט עס אָנגעטראָגן באגינען מיטן לאמטערן אין דער האנט. איך טו א קוק -- גרישקע פון אמעריקע!
זי האָבן זיך צעלאכט. אינדערעמעסן, װער װאָלט ניט געלאכט -- עפנסט די טיר און דו זעסט, אז אנטקעגן דיר שטייט גרישקע שטיימאן פון אמעריקע.
-- ער וויל, -- סאול איסאקאָוויטש האָט אויסגעװוישט די טרערן פון געלעכטער, --ער וויל, איך זאָל אים באגלייטן צו מאָניען, אָבער איך זאָל ניט ארײַנגײן, ער אליין זאָל אהין ארײַנגיין... -- און סאול איסאקאָװיטש האָט זיך װוידער פארכלינעט פון געלעכטער. -- גריש- קע האָט מוירע צו גיין!
-- מע דארף אים פארשטיין, סוליע, -- האָט, קײַכנדיק פון א נײַ געלעכטער, ארויסגע- פּראלט מאריַע איסאקאָוונע, --- שטעל זיך אף זײַן אָרט.
סאול איסאקאָװויטש האָט איבערגעכאפּט דעם אָטעם, װידער אויסגעװוישט די טרערן פון פּאָנעם און זיך צוגעגרייט פירן א סאָלידן שמועס: אים איז פאָרגעשטאנען ניט קיין לײַכטער איניען -- אײַנלאדן די שװועסטער אפן אָװנט, דאָס האָט באטײַט צום הונדערטסטן מאָל שאָ- לעם מאכן צווישן איר מיט רעוועקען. מיט איין װאָרט, דער שמועס האָט געדארפט זײַן איידל, דין און א ביסעלע דורכגעטריבן,
-- רעכט, איך װעל אים פירן אהין, -- און קעגן זײַן ווילן האָט ער געפרעגט: -- צי דען וועט מאָניע איצט האָבן די האָזע אָנצודרײיען גרישקען אן אויער, וי אמאָל!
ס'האָט זיי ווידער אָנגעכאפּט אזא געלעכטער, אז דאָס געלע קעצל איז אראָפּגעפלױגן פון דער סאָפע, האָט זיך אויסגעבויגן, װי א צעבראָכענער בייגל, און דער שכיינעס מיידעלע האָט אף דעם געקוקט רוֹיִק און ערנסט.
-- ער האָט דיר ניט געזאָגט!--האָט מאניע זיך געײַלט, װײַל זי האָט דערפילט, אָט צעלאכט זי זיך װוידער. -- װי העלדיש ער האָט דורך די נעכט.. אף דער אָזערע, מיט א לאָדקע פאר געלט געראטעװועט מענטשן, --זי האָט זיך גראָד װוידער צעלאכט, אָבער דער ברודער האָט פארשטאנען, װאָס זי האָט געװאָלט זאָגן.
81
טרערן האָבן זיך געגאָסן פון זייערע אויגן פאר געלעכטער, דאָס געלעכטער האָט זיי ייֵנ- גער געמאכט, װײַל דאָס איז געווען װי אמאָל, װי אין דער יוגנט. זיי האָבן געלאכט ניט פון גרישען -- וועגן גרישען. וועגן זייער ליבע צו אים, וועגן זייער קינדהײַט און יוגנט, װאָס איז פארפלויגן, בייס גרישע איז געווען דער איקער פון זייער לעבן, בייס דער טאטע האָט זי געװועקט מיט דער מוזיק פון שפּיל-קעסטל, בייס זיי האָבן ניט געצווייפלט, אז די מאמע, זייער מאמע, װעט קיינמאָל ניט שטארבן.
-- לאנג זײַט איר געזעסן בא מאָניען?-- האָט אייפערנדיק געפרעגט די שװעסטער.
-- וער איז געזעסן בא מאָניען! פארװאָס מיינסטו, אז איך האָב געדארפט זיצן בא מאָניען?
-- יאָ, דו װאָלסט זיי געוויס געשטערט.
-- גאָר אזוי! מיט װאָס האָב איך זיי געקאָנט שטערן?
--- פונדעסטוועגן... -- און זי האָט מיט א שמייכעלע פון א פארזינדיקטער זיך בא- קלאָגט. -- װוייסט, מיך האָט ער פארשלעפּט אין רעסטאָראן.. עס קערט מיר די גאל פון רעסטאָראנען! דו, סוליע, האָסט ליב צו גיין אהין!
סאול איסאקאָװויטש האָט א סקריפּע געטאָן מיטן שטול, אף וועלכן ער איז געזעסן. דאָס האָט באטײַט: ,איך בין ניט אזא טיפּעש, אז איך זאָל ליב האָבן רעסטאָראנען!"
-- אָבער דאָרטן פירן זיי זיך אזוי!! װעסט גלייבן, ביז איצט פּלאצט מיר דער קאָפּ, װי בא א שיקערן. די צווייטע נאכט קאָן איך ניט שלאָפ -- האָט זי סײַ באדויערט, סײַ געפרייט זיך. -- נאָר איך האָב זיך מיט אים דורכגערעדט, סוליע, איך האָב אים גוט אײַנגעטײלט!
סאול איסאקאָװויטש האָט זיך אָנגעשטרענגט, װײַל ער האָט געטראכט וועגן דעם, װאָס אזוינס האָט זי געקאָנט זאָגן גרישען. ניט שוין זשע האָט זי אים געשניטן דעם עמעס, ניט שוין זשע האָט זי אים אָנגעטאָן די מילשטיינער פון עמעס? -- האָט סאול אומרויק געטראכט און געפרעגט:
-- זאָג מיר, װאָס הייסט, דו האָסט אים אײַנגעטײלט, שוועסטער טײַערע?
-- ער װעט עס לאנג געדענקען, זײַ זיכער... צי דען האָט ער דיר ניט געזאָגט!
-- קיין װאָרט ניט!
-- איך האָב געמיינט, אז ער האָט דיר יאָ געזאָגט, אָבער דאָס איז זײַן זאך. װאָס איך האָב אים אײַנגעטײלט, האָט ער געמוזט אויסהערן. אָ, ס'איז אים ניט געווען װאָס צו מעקאנע זײַן, הערסט, ברודער, ער האָט זיך געקנייטשט און געדרייט, איך זאָג דיר, ער איז געווען אויסער-זיך. אָבער קיין װאָרט האָט ער ניט געזאָגט. דו וייסט דאָך, סוליע, ער איז דער טאטע זײַנער מיט די ביינער. יענער, אָלאָװהאשאָלעם, איז געווען אן אקשן, און גרישע איז א געברענטער אקשן. , פונדעסטוועגן, -- זאָגט ער, -- בין איך געווען גערעכט, װאָס איך בין אוועקגעפאָרן!* אף דערוף האָב איך אים גוט ארײַנגעזאָגט: ,לוט װאָס פאר א מישפּעט ביסטו גערעכט, זאָג מיר, װער האָט דיר צוגעמישפּעט די גערעכטיקײַט!* איאָ, סוליע, איך האָב גוט ארײַנגעזאָגט?
מאניע איז צערודערט געװאָרן, זי האָט גיך-גיך גערעדט, געשאָטן װי ארבעס, און גראָד דאָ האָט זיך צעקלונגען דאָס גלעקל, װי פאר שטאָקיטויבע. איין מאָל, צוויי מאָל, דרײַ מאָל, פיר מאָל. מאניעס אויגן האָבן א גלאנץ געטאָן, ס'איז איר דורכגעפלויגן אין קאָפּ---,ער!". זי האָט א שפּרונג געטאָן צו דער טיר, אָבער דאָס גלעקל האָט דורכגעקלונגען א פינפט מאָל -- צו די שכיינים.
-- יאָ, יאָ, -- האָט סאול געשאָקלט מיטן קאָפּ צו דער שװועסטער, װי ער װאָלט זי בא- טריפט מיט רויטראָפּנס, -- ער האָט זיך ניט װאָס צו באליידיקן.
-- ער װועט אים זאָגן דעם עמעס, אז ניט איך? אף דיר קאָן איך זיך פארלאָזן? דו קאָנסט מיט דײַן אייגן װײַב ניט פּױעלן בא זיך צו זאָגן א הארט װאָרט! פאריינס זאָג מיר, װאָס טוט זי דאָרטן, דײַן צעדרייטע?
-- הער נאָר, שװועסטער, װאָס איך װעל דיר זאָגן. װאָס טײַנעסטו אלץ: ,צעדרייטע, צעדרייטע"? זאָל יעדערן צוקומען װאָס אים פעלט.
-- װאָס געפעלט דיר ניט, ברודערקע?
-- אלץ געפעלט מיר זייער, און דו אויך. איך און ריווע בעטן דיך קומען צו אונדז הײַנט אף אָװונט-ברויט. אָט װאָס מיר בעטן דיך!
-- א שיינע מײַסע, װער האָט עס צוגעטראכט, זי?
-- ברײַע ניט לאנג און גרייט זיך צו, שװעסטער! -- האָט סאול איסאקאָװויטש שטרענג געזאָגט, זיך אופגעהויבן פון שטול.
מאניע האָט א זיפץ געטאָן, אראָפּגעלאָזט אן אקסל און געזאָגט צו דעם מיידעלע:
52
:
-- טאניעטשקע, ווילסט עסן!
טאניעטשקע האָט אפן בײַכל זיך אראָפּגעגליטשט פון דער סאָפע.
-- רו זיך אָפּ א טאָג, װועסטו אויסזען װי א מענטש! -- האָט באפוילן סאול איסאקאָ- וויטש און צוגעגעב --דו ביסט טאָמיד בא אונדז געווען, קיין אײַנהאָרע, גאָר נישקאָשע- דיק...
גרישע איז אין האָטעל ניט געווען. די אופזעערן, װאָס איז געזעסן באם טיש אין גרויסן האָל, די בעקאָװעדיקע דאמע, אן ארומגערינגלטע מיט טעלעפאָנען, מיט א לאָמפּ אונטער א גרינעם אבאזשור, האָט זייער אינטעליגענט דערקלערט, אז דער טוריסט גארי סטיין מאכט אין געגעבענעם מאָמענט אן עקסקורסיע איבער דער שטאָט. סאול איסאקאָװויטש האָט פאר- לאנגט צו וויסן, צי איז דערלויבט איבערלאָזן א צעטעלע פאר אן אויסלענדער. די אופזעערן, װאָס האָט פארשטאנען, װי מע דארף האלטן שטאט, האָט גלײַך אועקגעלייגט א בייגעלע סקריפּענדיק פּאפּיר פון בעסטער קוואליטעט און א פעדער מיט א דורכזיכטיק הענטל, אין וועלכער ס'איז געשװוּמען א נאקעט ליאלקעלע. סאול איסאקאָװיטש האָט אָנגעשריבן: ,זײַ וויסן, גרישע, אז צוליב דײַן קאָװעד וועגן מאכן מיר אן אָװנט-ברױט, אלע װעלן זײַן בא מיר. דארפסט קומען צו זיבן אזייגער. זײַ געגריסט. סוליע".
-- אלדאָס גוטס, -- האָט געװוּנטשן און זיך פארנייגט סאול איסאקאָװיטש צו דער ליבהארציקער דאמע, --א דאנק! אנטשולדיקט הונדערט מאָל!
ער האָט זיך אראָפּגעלאָזט פון די ברייטע, מיט טעפּיכער אונטערגעבעטע, טרעפּ, פארבלי די שפּיגלען, פארבײַ די בראָנזענע סקולפּטורן און פארבײַ דער פארגלעזערטער שאפע מיט די סוּווענירן. ער האָט זיך ארײַנגעכאפּט אין אן אָפּטײלונג פון דער טיר, װאָס דרייט זיך. גאנצע דרײַ מאָל האָט ער זיך דורכגעדרייט, װײַל ער האָט געצווייפלט, צי האָט ער ריכטיק אָנגעשריבן אין צעטעלע. , אין געגעבענעם אָרט, מיט אזא דאמע האָט מען געוויס באדארפט שרײַבן ניט פאמיליער: , קום זיבן אזייגער", מע האָט געוויס געדארפט שרײַבן אָפיציעל: ,די געסט װעלן זיך אופזאמלען צו זיבן אזייגער, קום, ביטע, אויך צו דער שאָ -- ניט אזוי צו" געלאָזט -- פּראָסט: גרישע -- נאָר מיט אכטונג, -- טײַערער פרײַנט גרישע!" --אזוי האָט געטראכט סאול איסאקאָװיטש, זיך דרייענדיק און פרעגנדיק בא זיך אליין, צי מעג ער נאָכאמאָל באומרויקן די גרויסארטיקע אופזעערן. און ניט קוקנדיק אף דעם, איז ער אינגיכן ווידער געשטאנען א פארנייגטער אנטקעגן דער אינטעליגענטער דאמע און װוידער האָט ער געבעטן;
-- אנטשולדיקט מיר טויזנט מאָל! איך מוז מאכן אן אויסבעסערונג אין צעטעלע. אויב אײַך װעט עס ניט באלעסטיקן, גיט עס מיר, איך בעט אײַך.
די אופזעערן האָט שמייכלענדיק אוועקגעלייגט דאָס צעטעלע מיטן זעלבן דורכזיכטיקן הענטל, װוּ ס'איז געשװוּמען דאָס נאקעטע ליאלקעלע. סאול איסאקאָװויטש האָט אָפּגעריסן דאָס פריִער אָנגעשריבענע און עס ארײַנגעלײיגט אין קעשענע. אף דעם איבערגעבליבענעם פּאפּיר האָט ער אפסנײַ אָנגעשריבן: ,טײַערער, הויכגעשעצטער גרישע! הײַנט מאכט סאול שטיימאנס מישפּאָכע א פּײַערלעך אָװנט-יברױט לעקאָװעד דײַן קומען צו באזוכן אונדזער הײימשטאָט. די געסט פאָרן זיך צונויף נײַנצן אזייגער. דײַן פרײַנט סאול ש.".
-- אנטשולדיקט צען טױזנט מאָל, -- האָט סאול איסאקאָװיטש, דערלאנגענדיק דאָס צעטעלע דער גרויסארטיקער דאמע, ענערגיש זיך פארנייגט, אזוי ענערגיש, אז דאָס האָט באטײַט -- דאָס מאָל געזעגנט ער זיך ענדגילטיק פעסט.
אָפּגעטאָן אזא וויכטיקע זאך, איז ער ארויסגעגאנגען אף דער בונט-געפלעקטער פּושקין- גאס, װאָס איז ענלעך געווען צו רעוועקעס פּעלצל, װאָס זי האָט אויסגעפארבט זייער בונט, קעדיי דאָס זאָל אויסזען װי א פּעלץ פון געפּארד-פעל. די פּושקין-גאס איז געווען געפלעקט ניט װײַל מע האָט געפארבט די הונדערטיאָריקע פּלאטאנען, די גאס האָט אויסגעזען גע- פלעקט, װײַל די פּלאטאנען האָבן באנײַט די קאָרע, װײַל צװישן זייערע בלעטער האָט דורכ- געשײַנט די זון. די פּושקין-גאס איז געווען װוּנדערלעך-שטיל אינדערװאָכן, טומלדיק אין די יאָמטעװיטעג, אָבער פּרעכטיק איז זי געווען טאָמיד. דאָ האָט פארפירעריש גערופן צו דער קילישאָטנדיקער גרינקײַט, צום גראניט-פּאָרטאל די פילהארמאָניע, װאָס איז געשטאנען א שפּאן פונדאנען, סאול איסאקאָוויטש האָט זיך שוין פאָרגעשטעלט די ברייטע טרעפּ, די גאָל- דיק-יבלאָע ראָטאָנדע, אָבער דאָס מאָל האָט ער שטרענג צו זיך געזאָגט -- ,נייף", און ער איז אנטשלאָסן אריבערגעגאנגען די גאס אין דער ריכטונג צו דער דאמען-אטעליע.
,אזוי, -- האָט ער גייענדיק אויסגערעכנט, -- דער טיש װעט זײַן גרויסארטיק, גרישע מיט מאניען װעלן זיצן נעענטער צום פענצטער, איך מיט ריווען אנטקעגן זיי, מיר זאָלן קאָ-
53
נען ארײַן און ארויס פון קיך. רעכטס און לינקס װעלן זיך אויסזעצן די איבעריקע געסט. א גליק איז צו האָבן א טיש, וועלכער נעמט זיך פאנאנדער, דאָס איז די גרעסטע דערפינדונג פון דער מענטשהײַט!"
דער טאָג האָט זיך אװעקגעקײַקלט װי א ראָד איבער פּוטער. ארבעט איז געווען איבערן קאָפּ.
אדע האָט א הוידע געטאָן איר פולן קערפּער אינעם זילבערישעמערירנדיקן קלייד, א פּליעסקע געטאָן מיט די הענט אין די בלאנקנדיקע ארבל, מיט א באדויערונג-זיפץ איבערגע- פלאָכטן די פינגער מיט דעם פּערלמוטערנעם מאניקיור אפן הארצן:
-- א שאָד, פּונקט הײַנט איז בא סעניען א פּרעמיערע!
-- װאָס איז די סאקאָנע, דער סעזאָן ענדיקט זיך ניט, ער װועט באװײַזן!
-- טאטע, אָבער מישע.
מישע -- דארף מען פארשטיין, אז הײַנט װעט שפּילן מישע קראסילניקאָוו.
-- פאר קראסילניקאָוון זײַנען מיר שוואכע קאָנקורענטן. זאָג מיר, אדע, װאָס װעט ער שפּילן, אײַער מישע!
-- וועגן דעם האָסטו ניט װאָס צו פרעגן, קיין בילעטן זײַנען ניטאָ. קאָן זײַן, אז שפּעטער א ביסל װעל איך דיך מיט דער מאמען דורכפירן. קראסילניקאָוו שפּילט דעם אלטן דוליטל.
-- זאָג מיר, װי רופט מען כאָטש די פּיעסע? טאָמער פרעגט מען בא מיר, זאָל איך וויסן װאָס צו ענטפערן. איך מוז דאָך האָבן דעם טערעץ, פארװאָס איר האָט ניט געקאָנט קומען.
-- די פּיעסע רופט זיך , מײַן פּרעכטיק-שיינע לעדי!"
קראסילניקאָוו איז דער ליבלינג פון אדעס מישפּאָכע. ער קומט אפילע ארײַן צו זיי אין שטוב. וויבאלד ער שפּילט דעם אלטן דוליטל -- מוז מען דאָס זען.
-- גוט, טעכטערל, װוי עסט מארינע!?
-- מארינע עסט װי שטענדיק. איך ויין, סעניע בויט פון קוביקעס א פּאלאץ, דערנאָך זינגט ער, דערנאָך שטייט ער מיטן קאָפּ אראָפּ -- אזוי עסט זי, טאטע. בא לענען, בא דײַן צווייט אייניקל, איז רויט אין האלדז, װײַטער איז צו דערלײַדן.
-- קוש זיי ביידן, און זײַט אלע געזונט!
,עס װעט ניט זײַן ענג באם טיש, -- האָט סאול איסאקאָװויטש זיך געטרייסט, שפּאנענדיק צו דער אפּטײק. -- ערגער פון אלץ איז זיצן אין ענגשאפט, אדע מיינט, געוויס, אז איר טאטע איז אן אלטער אױיװערבאָטל און איז פארוואקסן געװאָרן מיט מאָך, װי א קייווער"...
אין אפּטײיק האָט ער זיך דערװוּסט, אז זײַן טאָכטער פאניע ארבעט פון צוועלף אזייגער. ביז צוועלף איז געבליבן א פערטל שאָ, איז ער אוועק באגעגענען די טאָכטער אהין, װוּ דער טראָלײיבוס שטעלט זיך אָפּ. ער איז געגאנגען לענגויס דעם קווארטאל אראָפּצו, איבער ראָזע ליוקסעמבורג-גאס, וועלכע איז געווען גרין ניט פון די שיטער-וואקסנדיקע אקאציעס בא די טראָטוארן, נאָר פון די פּײַכטע טונקל-יגעדיכטע ווילדע װײַנטרױבן, װאָס האָבן װי מיט פעלן צוגעדעקט די וענט, פארצויגן די באלקאָנען פון די הײַזער ביז צו די סאמע דעכער. סאול איסאקאָוויטש איז מוירעדיק מעקאנע געוען די אײַנװױנער, װאָס האָבן געהאט דאָס גליק צו זײַן באלעבאטים פון די פארצויגענע גרינע באלקאָנען
,ס'קאָן זײַן, אז ס'איז א סייכל אופצוהענגען א מעלדונג, אז איך בײַט דעם צימער, כאָטש צוריק גערעדט איז שווער צו גלייבן, ס'זאָל זיך געפינען אזא טיפּעש, װאָס זאָל זיך אָפּזאָגן פון אזא פּרעכטיקן באלקאָ! אָבער עפשער אופהענגען א מעלדונג, טאָמער, מאלע װאָס? מע קאָן אפן באלקאָן דורכפירן עלעקטרע, אװועקשטעלן א טישל און טרינקען טיי, מע קאָן דאָרט האָבן א ברעזענטן דאטשע-בעטל און זיך צולייגן, בייס די זון בראָט. פארנאכט באגיסט מען די קווייטן, װאָס מע האָט אליין פארפלאנצט..."-- אזוי האָט סאול איסאקאָוויטש מיט קינע ארומגעטראכט די גרינע פּרעכטיקע באלקאָנען.
-- װאָס זוכסטו דאָ?--האָט פאניע געפרעגט באם פאָטער, ארױיסשפּרינגענדיק פון טראָלײיבוס.
-- וי מיינסטו, טאָכטער, עס האָט א זין אױסצובײַטן אונדזער צימער אף א קלענערן, אָבער מיט א באלקאָן?!
-- דריי זיך ניט דעם קאָפּ, פאָטערל! איך װעל כאסענע מאכן שורקען, פאָרן מיר זיך צונויף. דו האָסט דאָך געזאָגט, אז דו װילסט לעבן מיט אונדז איניינעם!---האָט פאניע געזאָגט ניט צום ערשטן מאָל.
-- ווער ווייסט, ווען דאָס וועט אמאָל זײַן!
-- דאָס קאָן אמאָל זײַן גיכער װי מיר ווילן,-- און אזוי ריידנדיק, זײַנען זיי אוועק צו דער אפּטײיק. ער האָט די טאָכטער שיר ניט גענומען פאר א האנט, װי אמאָל, װען זי איז
4
געווען א קינד. אָבער איצט האָט ער זי גענומען נאָר באם עלנבויגן. בא דער סאמע אפּטײיק האָט ער אָנגעזאָגט:
--- ווייסט, טאָכטער, מײַן פרײַנט פון אמעריקע איז טאקע געקומען!
-- װאָס רעדסטו?
-- װאָס דו הערסט. די מאמע האָט געמאכט געפילטע העכט, זאָלט איר אין אָװנט זײַן בא אונדז. שורקען נעמט מיט! טו א קוק אף די באלקאָנען, איך גיי אויס, אזוי וויל איך א באלקאָן!
-- ברענגען װאָס אויסצוטרינקען? צי עפשער װעט דײַן אמעריקאנער פרײַנט ברענגען א לעכאיִם?
-- ברענג, ברענג. די מינהאָגים בײַטן זיך ניט. קיין בראנפן קויף ניט. פון בראנפן ווערט דײַן מאן אזוי בארעדעוודיק, אז קיינער קען קיין װאָרט ניט אויסברענגען. בעסער קיף קאָניאק און א פלאש טרוקענעם װײַסן װײַן.
-- איך פאָלג. װוי דו זאָגסט, אזוי װעט זײַן, -- האָט, װוי אלעמאָל, צוגעזאָגט פאניע, ניט קוקנדיק אף דעם, װאָס זי האָט הײַנט געװאָלט מאכן א גרויס געוועש און אפילע שוין אײַנ- געווייקט האנטעכער און אנדערע װײַסע זאכן אין וואש-פּראָשעק. , איצט װועט זיך עס זײַערן אין וואנע צוויי טעג, און איך דארף אזוי װי לופט א פרישן כאלאט צו דער ארבעט",--האָט פאניע געטראכט נאָך דעם וי זי האָט אזוי פאָלגעװדיק צוגעזאָגט דעם פאָטער, אז זיי װעלן קומען.
,אים זאָגן, צי ניט?!""-- האָט זי געצווייפלט, װײַל װאָס אים צו זאָגן האָט זי גראָד יאַ געהאט. אָבער דאָס איז געווען א דעליקאטע זאך, און געגאן איז עס אָט אין װאָס: אייער- נעכטן איז צו איר --ניט צו דער אייגענער מאמען --געקומען שורקעס כאװוערטע אירקע סטאראָדובצאָווא, װאָס לערנט זיך מיט אים אף איין קורס, און האָט גאָר ניט שעמעודיק, װאָכעדיק-פּראָסט געבעטן, אז פאניע זאָל זי אײַנאָרדענען אין א שפּיטאָל. ,דאָס איז אומי באדינגט נייטיק,-- האָט אירקע דערקלערט.---אויב מעגלעך, װאָלט געװען זייער גוט, וען מע קען עס מאכן שאבעס, װײַל ס'איז א הייסע צײַט, עס גייט די סעסיע, מוז איך זײַן אף די קאָנסולטאציעס און אף די לאבאָראטאָריע-ארבעטן".
-- א מערזאוועץ! איך װעל אים געבן --האָט צוגעזאָגט פאניע סאולאָוונע דעם מיידל. אָבער יענע האָט זיך אײַנגעשטעלט פאר איר כאווער, פאר שורקען.
-- װאָס פאלט אײַך אײַן, פאינא סאולאָוונא? -- און דאָס מיידל האָט אזוי אָנגעקוקט פא- ניען, אז יענע האָט זיך מאמעש פארלאָרן.
,עס זעט אויס, װוי אן אומשולדיק קעצעלע, און קאָן אזוי װאָכעדיק-פּראָסט ריידן וועגן אזא איניען. ניט אומזיסט האָט זי זיך געװוענדט צו מיר, צו דער קינפטיקער שוויגער. זי ווייסט גוט, אז איך האָב באקאנטע דאָקטוירים אין שפּיטאָלן"-- האָט פאניע געטראכט און דאן געפרעגט:
-- דו האָסט אים ליב?
-- מע קאָן אים דען ניט. ליב האָבן?--האָט אירקע געענטפערט מיט א פראגע און גע- לאָזט וויסן: -- שוריק האָט מיך אויך ליב. אָבער מיר האָבן באשלאָסן אפן צווייטן קורס ניט כאסענע האָבן. ס'איז צו פרי, מיר ווילן ניט, אונדזערע עלטערן זאָלן האָבן א מאָראָקע מיט אונדז.
-- גוט, כ'וועל דיר ארויסהעלפן,-- האָט פאניע צוגעזאָגט.
אָבער ווען אירקע איז אוועקגעגאנגען, האָט פאניע גענומען טראכטן וועגן דער זאך און זי האָט זיך דערמאָנט, אז בייס זי איז נאָך געווען א יונג מיידל און זיך געלערנט אין שול, אין נײַנטן קלאס, איז איינע א שילערן געווען אין אזא לאגע, װוי אירקע איצט, און פאר יענער האָט זיך עס טראגיש געענדיקט -- זי האָט זיך אופגעהאנגען. זיך דערמאָנט וועגן דעם, ווידער גענומען טראכטן און טראכטן און איז געקומען צום געדאנק, אז מע דארף שורקען מיט אירקען װאָס גיכער כאסענע מאכן. זאָלן זיי האָבן א קינד.
-- דו מאכסט א באל, און איך האָב אויך נײַס, טאטע-- האָט פאניע בא זיך געפּױעלט דערציילן דעם פאָטער וועגן זון, בייס זיי זײַנען צוגעגאנגען צו דער אפּטײק.---װעסט זיך דערוויסן, װועסטו שטארבן פון געלעכטער!
-- װאָס איז געשען?
פאניע האָט אינדערעמעסן אײַנגעזען אין שורקעס כאסענע האָבן מיט אירקען א פריילע- כע געשיכטע ---זיך אליין אלס באָבע. מער פון אלץ איז שװוער געווען זיך פאָרשטעלן אלס זיידע דעם מאן אירן, װאָס האָט דערצויגן שורקען. ווען זי האָט געבראכט דעם זון פונעם פראָנט, האָט איר מאן ניט געקאָנט פּױעלן בא איר, אז זי זאָל אים האָבן זײַנס א קינד. ער
5
איז טאקע געווען װי א לײַבלעכער טאטע צו שורקען. די אייגענע טאטע-מאמע האָט זי שוין באטראכט, װי אן עלטערבאָבע און אן עלטערזיידע. איין זאך האָט פארדראָסן: שורקע האָט מיט א קורצער צײַט צוריק אופגעהערט צו קריגן אלימענטן פון זײַן פראָנט-טאטן, און גראָד איצט װאָלט עס זייער צוניץ געקומען...
-- כ'וועל דיר דערציילן אין אָװנט, ווען כ'וועל קומען, איצטער מוז איך גיין אין אפַּי טייק. עס איז שוין צװעלף!
-- אין אָװנט... מיר װעלן זײַן אליין! װעסט ניט האָבן װאָס צו ריידן אין אָװנט! איצט דערצייל מיר. צװיי-דרײַ װערטער! צי עפשער ווילסטו, כ'זאָל דיך שטארק בעטן?!
האָט זי אים דערציילט אין דרײַ ווערטער.
-- שוין? א בעריע! אונדזער זערע,-- סאול איסאקאָװויטש האָט עס אויסגעשריען, דערב האָט ער געפילט, אז ער איז אין דער זאך ניט דער לעצטער אָנטײלנעמער.
-- דער טײַװל זאָל עס נעמען, טאטע! װאָס טו איך מיט זיי! שורקע קאָן דאָך פאר זיך די אייגענע הויזן ניט אױספּרעסן!
-- א נישטיקײַט!-- האָט סאול איסאקאָוויטש אויסגערופן.
אין געדאנק האָט ער באשלאָסן: אלע זײַנען מיר נישטיקײיטן!
-- איך ווייס אפילע ניט, טאטע, צי ער װעט דעם סעמעסטער האָבן סטיפּענדיע. גיכער ניט וי יאָ-- האָט פאניע מיט פארדראָס געזאָגט.
-- א טױגעניכץ!
-- װאָס זשע זאָגסטו, טאטע?
-- פרעגסט מיך!
-- נו, איז אָפּגערעדט. ביז אין אָװונט, טאטע! ווען קומען?
-- זיבן אזייגער װעסטו זיך באפרײַען, נעם דײַנע און קום. אָבער שורקע דער טויגעניכץ איז געװאָרן א גאנצער מאנצבל!
-- א מאנצבל! א געלעכטער צו הערן. אויך מיר א מאנצבל-- האָט זי געזאָגט און טאקע מיט א געלעכטער ארײַנגעלאָפן אין אפּטײיק.
סאול איסאקאָוויטש האָט נאָכגעקוקט דער טאָכטער אוֹן נאָכאמאָל דורכגעטראכט די זאך: ,אײַ, שורקע, שורקע, ביסט א װירטואָז! נעכטן, דוכט זיך, האָב איך דיך געפירט אין זאָאָפּארק...*
א באטויבטער פון דער נײַס, האָט ער ניט באמערקט, אז ער האָט זיך דערנעענטערט צו דער פילהארמאָניע. ער האָט אויך ניט באמערקט, וי זײַנע פיס האָבן אים אהין ארלינגעבראכט. פריִער האָט ער קײינמאָל אזוי הויך זיך ניט פארקליבן, ער האָט קוים געכאפּט דעם אָטעם, אזוי שטארק האָט ער זיך פארמאטערט, שפּאנענדיק איבער די טרעפּ. ער האָט א קוק געטאָן אף רעכטס, אף לינקס. דאָ איז געווען זויבער, שטיל. ער האָט זיך אויסגעקערעװועט און א קוק געטאָן אף צוריק און דערזען, װי די טרעפּ לויפן אראָפּצו, אקוראט װי א וואסערפאל. דער בלויער רונדער סופיט-געוועלב איז געהאנגען קימאט סאמע בא זײַנע אויגן, װי א קאָלאָסאל היטל.
די גאס האָט זיך אײַנגעפאסט אין דער ארקע, װי א בילד אין א ראם. ער האָט זיך אָפּי געשטעלט בא דער זײַטיקער באליוסטראדקע און ערעפורכטיק געקוקט אף אלץ, װי ער װאָלט זיך געפונען אין א טעמפּל,
;אָך, ריווע נארעלע, װאָס האָסטו געקלאָגט און זיך געמאָרדעװעט, בייס אונדזער פאניע איז אוועק אפן פראָנט. ווען זי גייט ניט אװעק, װאָלט זי שורקען ניט מיטגעבראכט! מיר װאָלטן אים ניט געכאָװעט גאנצע צען יאָר. אירקע װאָלט אויך ניט געווען, מיר װאָלטן ניט געהאָפט צו האָבן אן אורייניקל... ס'איז א נעס, װאָס פאניע איז לעבן געבליבן! און די אירקע... וי איז איר פאמיליע-נאָמען? דאכט זיך, סטאראָדובצעווא? זי האָט קלוג געטאָן, װאָס זי האָט פארטרויט דעם סאָד פאניען און ניט קיין פרעמדן. אוב עס װעט װײַטער אזי זײַן מיטן געזונט, קאָנען מיר, ריווע, דערלעבן אורייניקלעך, פארװאָס ניט! מע דארף קאָנען זײַן גליק- לעך -- דאָס זײַנען ניט קיין פּוסטע רייד. אפילע בייס עס פאלט מיט דער פּוטער אראָפּ, דארף מען זיך קאָנען פרייען און מע דארף קאָנען זײַן גליקלעך. ס'װאָלט גוט געווען קויפן א בלאַקנאָט. אף איין זײַטעלע פארשרײַבן, װאָס עס טרעפט, אפן אנדערן--װאָס עס איז גע" װוּנטשן, עס זאָל טרעפן. אזוינע פארנאָטירונגען װאָלטן געווען באלערעוודיק פאר מענטשן. יאָ, מע דארף קויפן א בלאָקנאָט! און צוטראכטן, װי אָנצורופן דאָס פארשריבענע. ,װי עס ווערט באלויכטן דער קעגנשטאנד" -- דאָס װאָלט זײַן א גאנץ פּאסיקער נאָמען פאר מײַנע באשרײַבונגען, איך װאָלט דאָרטן פארשריבן וועגן מײַן אומגליק אין , יאסנלע אָקנא", כאָטש איך האָב געהערט, דאָקטױירים זאָגן, אז גראָד דער אומגליק קאָן פארלענגערן מײַנע יאָרן קען איך דאַך טאקע דערלעבן אן אורייניקל... כ'קאָן אויך באשרײַבן אנדערע מענטשן, כוץ
56
גרישען. ער איז אן אנטשיידענער, שטאנדהאפטיקער מענטש, אן אויסנאם פון קלאל.. איך קאָן אָנרופן מײַן באשרײַבונג ,װי דערשײַנונגען ווערן באלויכטן". דאָס װאָלט געווען אן ערנסט-פילאָסאַפישער נאָמען! גרישע האָט ליב, לעבנסיגעשעענישן זאָלן אים זײַן אונטער- טעניק. זאָל אים גאָט העלפן! שורקע איז ניט קיין װוּקסיקער, דאָס מיידל זײַנס איז מיסטאמע אויך א מיניאטורע. עפשער איז זי א בלאַנדינקע! איצט פארשטייט זי ניט, װאָס פאר א גליק עס האָט זי געטראָפן, אָבער אז די צײַט װעט קומען און דאָס אויפעלע װעט א פּישטשע טאָן, דאן װעט זי פארשטיין.."---אזוי האָט סאול איסאקאָװויטש געטראכט, שטייענדיק בא דער באליוסטראדקע, און ער האָט זיך פאָרגעשטעלט דעם געשריי פון א נײַ געבאָרן ייַנגעלע. ער איז געווען זיכער, אז עס וועט זײַן א יינגעלע.
-- נו? -- האָט סאול איסאקאָװויטש געפרעגט באם ארכיטעקטאָר, װאָס איז געשטאנען אין נישע, בא דעם אלטן ערעגײַציקן מאן, וועלכער האָט געוויס געהאט א קראנקע לעבער און א שלעכטן כאראקטער, אָבער אייניקלעך האָט ער געוויס אויך געהאט.--נו, װי קוקט איר אף אן אורײיניקל!
אין ארכיטעקטאָרס מעטאל-טשוהונענעם בליק האָט סאול דערשפּירט כויזעק און פאר- אכטונג. דאָס איז געווען אָפּשטױסנדיק, דעריבער האָט ער זיך אופגעהויבן, געשיקט צו אלדי רוכעס דעם טשוהונענעם ארכיטעקטאָר מיט זײַנע אומגעהייערע טרעפּ און זיך געשװינד אראָפּגעלאָזט פון זיי.
אין טראָלײיבוס האָט ער בייזישטעכעדיק געקוקט אף יעדער פּאסאזשיר, װאָס איז ארײַנ- געגאנגען. ער האָט ניט געקענט פארטראָגן, װאָס דער טראָלײיבוס שטייט אן איבעריקע רעגע, ער האָט מאמעש דורכגעקוועטשט דאָס שטיקל בערגלדיקע גאס מיט זײַנע טריט און האָט זיך ארופגעוואליעט אף דער ריי אין אפּטײיק.
-- דו זעסט, איך בין ארױיסגעשפּרונגען פון טראָלײבוס. געדענק, אלץ זאָל זײַן װי דו האָסט פריִער געזאָגט, הערסט! זאָלסט ניט גענעצן פארדריי זיי!. זיי זאָלן ניט באװײַץ א פּינטל צו טאָן מיטן אויג. טו דאָס פלינק און גיך, קאָלזמאן די טאליע בא דער קאלע איז דין און שלאנק... זי װעט איבערקומען, װעל איך, מירצעשעם, אלע טאָג פירן דעם מאמזער שפּאצירן אין פּארק. זאָג זיי דאָס!
פאניע האָט צוגעשמייכלט, געשאָקלט מיטן קאָפּ. דאָס האָט באטײַט, אלץ װעט זײַן אין אָרדענונג. און זי האָט א זאָג געטאָן:
-- טאטע, טומל זיך ניט און היץ זיך ניט, מיר װעלן קומען, צו דער צײַט, איך װעל זיי אויך ברענגען.
די מענטשן פון דער ריי האָבן פארדעכטיק געקוקט, זיי זײַנען געווען זיכער, אז דער ייִד מאכט געשעפטלעך מיט דער פּראָװיזאָרשע.
-- איך בעט אנטשולדיקונג, אנטשולדיקט! -- האָט שטיל געכאזערט סאול איסאקאָװויטש און מיט א ראכמאָנעס-שמייכעלע אף די ליפּן זיך אוועקגעשארט פון דער ריי.
מיט לאנגזאמע טריט איז ער געגאנגען איבערן אספאלט. ער האָט געפרעגט בא א פאר- בײַגײער, וויפל דער זייגער איז. דרײַ פערטל איינס"---האָט דער פארבײַגייער געזאָגט. אויב אזוי, דארף איך זיך צוײַלן",-- האָט סאול באשלאָסן.
זוניע איז געלעגן אף דער קושעטקע, ער האָט געלייענט דעם זשורנאל ,אָגאָניאָק" און אײינצײַטיק געהערט די ראדיאָיפּראָגראם , מאיאק". אָנשטאָט , גוטמאָרגן" האָט ער מיט דער אויסשפּראך פון אײַזנווארג-פארקויפער אפן מארק אויסגערופן:
-- סארא קראסאוועץ, קוקט אים אָן, איך ווענד אײַער אופמערזאמקײַט. װאָס פאר א געזונטער כלאָפּעץ! זיכער, א ייַד! װאָס מאכט דײַן מארשאסל!
-- איך און רעוועקע לאדן אײַן אײַער מישפּאָכע אף אָװנט-ברויט-- האָט פײַערלעך געמאָלדן סאול איסאקאָוויטש.
-- צוליב וועמען איז דער פּאראד, וועמען באערט מען, פרעג איך. צוליב וועמען ווערט געמאכט אן אָװנט-ברוט?-- האָט זוניע כויזעקדיק געפרעגט.
-- גרישען באערט מען.---האָט סאול ווייך געזאָגט, עס זאָל ניט קלינגען װי אן אָנצו" הערעניש, אז מיט אזא אָװונט-ברויט זײַנען מעכויעװו געווען צו באערן גרישען זײַנע לײַבלעכע ברידער.
-- סאָניע, דוֹ הערסט, מע לאדט אונדז אײַן אף א באל! װוי איז דיר גאָר אזוינס געקומען אין קאָפּ. מיר ניט און דיר ---יאָ! ביסט א מאָלאָדיעץ,-- האָט זוניע געשריִען אף דער גאנצער דירע, קעסיידער געהויבן און אראָפּגעלאָזן זײַנע האָריק-באוואקסענע הענט, ביז סאָניע האָט אים גענומען בעטן;
57
-- הער אוף, זוניע, האָב ראכמאָנעס, עס פעלט דיר א פּריפּאדעק!
-- נו, איז װאָס הערט זיך, סוליע! עס װועט שפּילן אן אָרקעסטער, ס'וועט קנאקן א פײיערװערק! -- האָט זוניע אזוי געשריען, װוי ער װאָלט בעעמעס געװאָלט קריגן א הארץ-אטאקע.
-- עפשער קאָנסטו מיר זאָגן, זוניע?-- האָט מיט פולער רויַקײַט געפרעגט סאול איסאקאָוויטש,-- איר װעט קומען, אָדער בעסער זאָל איך אף אײַך ניט וארטן?
--- מיר װועלן קומען. מיר דאנקען דיר, מיר זײַנען צופרידן. װאָס נאָך זאָלן מיר טאָן! -- האָט זוניע מיט מאטערניש ענדלעך ארויסגעקוועטשט אן ענטפער.
;אָדער איך פארשטיי ניט דאָס לעבן אָדער יעדער מאכט זיך אין זײַן גענעם א שטיקל גאניידן",-- האָט פילאָזאָפירט סאול איסאקאָװויטש, זיצנדיק אין האלב-ליידיקן טראָלײיבוס. דער טראָלײיבוס האָט זיך גע- טרייסלט וי אין קאדאָכעס. די זון האָט שרעקלעך געבראָטן, די ניקלנע הענטלעך פון טראָלײבוס האָבן געבריט די הענט. אף דער דערמאטיסאָפּקע האָט מען ניט געקאַנט אײַנזיצן. עס האָט געבריט, וי אן אָנגעגליטע סקאָוורעדע.
,מאָניע מיט גרישען באם פענצטער, איך מיט רעוועקען בא דער טיר, לינקס סאָניע מיט זוניען, רעכטס פאניע מיט סאשען--- האָט פארסאכאקלט סאול איסאקאָװויטש, און ער האָט זיך צעשמייכלט. ער האָט זיך װוידער דערמאָנט, אז ער קאָן װערן אן עלטערזיידע, און באשלאָסן אין געדאנק.-- שורקע מיט אירקען װעלן װינציק זיצן, װײַל זי װעלן באלעבאטעווען מיט דער מוזיק".
אין דער זעלבער צײַט האָט זוניע אף דער קושעטקע געבלעטערט דעם ;אָגאָניאָק" און האָט אף א קאָל, אז סאָניע זאָל דערהערן אין קיך, צעגלידערט סולקע שטיימאנען, אז יענער איז פון טאָמיד געווען א כיטראק און האָט זיך שטענדיק געמאכט פאר א גוטינקן, שוין איינ- מאָל א שטוטשקע!-- זוניע איז א מייוון אף אזוינע זאכן. ער גופע איז געװען אזא מין גוטינקער. און ווען מע האָט געדארפט, האָט ער געקאָנט באװײַזן ציין!
עס זײַנען נאָך געבליבן ערטער. צום גרויסן באדויערן, האָט סאול איסאקאָװיטש ניט געווארט אף מאָניען, װײַל קלארע איז געווען מעסוקן קראנק. אָבער אײַנלאדן זיי האָט ער געדארפט.-- איז ער אוועקגעפאָרן זיי אײַנלאדן.
אניוטעס אייגעלעך"
סאָלאָמאָן זעליקאָװיטש האָט אינדערפרי געשריבן א בריוו קיין קעשענעוו אף איגאָרס נאָמען, װײַל ער האָט נאָך ניט געװוּסט דעם אדרעס פון דער סאנאטאָריע, װוּ גוטעטשקע רוט אָפּ. ער האָט פארבויגן די צעראטע פון טיש, ארויסגענומען פון דאָרטן פּאפּיר, קאָנװערטן און פארשיידענע פירקאָפּעקענע מארקעס, װאָס דאָס פארבינדונגס-מיניסטעריום לאָזט ארויס, קעדיי די אייניקלעך זאָלן האָבן פארשיידענע מארקעס פאר זייער קאָלעקציע. צו איגאָרן, צו זײַן איידעם, האָט ער געשריבן;
,זי באקלאָגט זיך ניט, קרעכצט ניט, מיין איך, אז עס טוט איר גאָרניט וויי. די לעצטע צײַט שטייט זי ניט אוף פונעם געלעגער, איך מאך א הויכן צוקאָפּנס פון צוויי גרויסע קישנס, ליגט זי האלב-זיצנדיק און קוקט זיך צו, װי איך פּאָרע זיך אין שטוב. נאָר מער װי אלצדינג האָט זי ליב צו דרעמלען".
8
אָנגעשריבן, האָט מאָניע א קוק געטאָן אף קלארען -- זי האָט אים אויך אָנגעקוקט ערנסט און טרויעריק. דערנאָך האָט מאָניע צוגעשריבן, אז דער ברודער גרישע איז געקומען, אז ער באדויערט, װאָס גוטעטשקעס מישפּאָכע װעט ניט בײַזײַן אף דעם זעלטענעם פריידיקן מיש- פּאָכעיאָמטעװ.
קלארע האָט געקוקט, װי ער שרײַבט, און האָט געשוויגן. איר גאנצער אָנבליק האָט אויס- געדריקט טיפן גלײַכגילט. ערשט דאן, װוען ער האָט צוגעקלעפּט די מארקע און פארקלעפּט דעם קאָנװערט, האָט זי אים צוגערופן:
-- די קאָלדרע איז מיר אזוי שווער, מאָניע.
מאָניע האָט צוגענומען די וואטאָװוע קאָלדרע און צוגעדעקט קלארען מיט א דינער דעקע.
-- איצט איז גרינגער! עס װועט דיר ניט זײַן קאלט?
זי האָט געשוויגן. ער האָט אף יעדנפאל אוועקגעלייגט אף דער דעקע א גרינגע גע" שטריקטע פאטשיילע פון קעמל-װאָל, װאָס האָט געהאט דעם זעלבן קאָליר װי קלארעס האָר. אף דער ציטראָן-געלער דעקע האָט זיך אױסגעשפּרײט די גראָע אומװאָגיקע פאטשיילע, די קלאָר-װײַסע קישנס האָבן געבלאנקט. מאָניע איז געבליבן צופרידן -- ער האָט טאָמיד ליב געהאט, קלארע זאָל זײַן געשמאקפול אָנגעטאָן.
קלארע האָט ערנסט אף אים געקוקט, א לײַכט ביטער שמייכעלע האָט געקרימט אירע ליפּן און זי האָט פעסטגעשטעלט:
-- שוואכקײַט פּאסט זייער א פרוי, עס גיט צו מער װײַבלעכקײַט, עמעס, מאָניע! אָבער אזוי שוואך וי איך בין איצט, בין איך נאָך קיינמאָל ניט געווען.
מאָניע האָט זיך דערמאָנט אירע װערטער אין א היפּשער צײַט ארום. א מױירעדיקע שװערקײַט האָט זיך געלייגט אף זײַן געמיט, ער האָט זיך דערמאָנט, אז ער דארף אראָפּלאָזן דעם בריוו, און האָט מילד צו איר געזאָגט:
-- קלארינקע, איך װעל ארויסלויפן אראָפּלאָזן דעם בריוו. איין פוס דאָ-- דער אנדערער דאָרטן, איך קום גלײַך צוריק.
קלארע האָט א שמייכל געטאָן פונעם הויכן צוקאָפּנס, זי האָט אראָפּגעלאָזט די אויגן- לעפּלעך, װי זי װאָלט אים בארויקט: ,גיי, גיי, איך װעל דערװײַל א דרעמל טאָן".
מאָניע איז מיטן בריוו ארויס אף דער גאס, ער האָט פארקערעוועט אהינטערן ראָג, צום ראיקאָם, װוּ ס'איז בא דער טיר געהאנגען דאָס פּאָסט-קעסטל, וועלכן ער האָט טאָמיד זייער געטרויט.
די דיקע געגלאָזטע טיר פון ראיקאָם האָט געסקריפּעט אף די דעקאָראטיװו-שטאָלענע הענגערס. מענטשן מיט פארדײַגעטע פּענעמער זײַנען ארויס און ארײַן, זיי האָבן ניט בא- מערקט דעם פּרעכטיק-גרינעם גאזאָן און די פיאָלעטעווע , אניוטעס אייגעלעך", װאָס זײַנען גע- וואקסן אין גאזאָן. מאָניע האָט זיך צוגעזעצט, כאָטש ער האָט געזאָגט קלארען, אז ער איז גלײַך דאָ צוריק. די לעצטע צײַט איז ער זעלטן געווען אויסער דער שטוב, װײַל אלץ, װאָס מע האָט געדארפט, האָבן אײַנגעקויפט די פרײַנטלעכע שכיינעס -- דאָס הויז, װוּ מאָניע מיט קלארען האָבן געװווינט, איז געווען א הויז פון קאָמוניסטישן שטייגער. מאָניע איז געזעסן און האָט געזען, װי פונעם אָפּענעם ראיקאָם-פענצטער האָט די יונגע מאשיניסטקע ארויסגעשטעקט דעם קאָפּ מיט די קורץ געשוירענע האָר און פון איר אויסגעשטרעקטער האנט האָט זיך א שאָט געטאָן אפן טראָטואר צעברעקלטע בולקע. ,גוליע, גוליע, גוליע",-- האָט דאָס מיידל ליב- לעך גערופן. און מאָניע האָט א טראכט געטאָן: ,איך װעל קומען אהער מיט ברעקלעך, און עס װעט קיין בייז ניט זײַן, אויב איך װעל אָנרײַסן עטלעכע קווייטלעך פאר קלארען". ער האָט זיך שוין פאָרגעשטעלט, װי ס'וועלן אויסזען אף דער